קאַרלאָ גינזבורג וועגן זײַן ייִדישקייט

Carlo Ginzburg on Being Jewish

איטאַליענישער היסטאָריקער קאַרלאָ גינזבורג
איטאַליענישער היסטאָריקער קאַרלאָ גינזבורג

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published February 12, 2013.

קיין ניו־יאָרק איז מאָנטיק, דעם 4טן פֿעברואַר, געקומען דער חשובֿער איטאַליענישער היסטאָריקער קאַרלאָ גינזבורג אָנטיילצונעמען אין אַ ציקל לעקציעס בײַ דער שטאָטישער ביבליאָטעק, אין וועלכער ער רעדט אויף דער טעמע „אַ ייִד בין איך, אַ ייִד ווער איך‟. פֿאַר איינעם וואָס איז באַקאַנט מער ווי אַן כראָניקער פֿון דער געשיכטע פֿון דער קאַטוילישער אינקוויזיציע, איז אַזאַ טעמע אַ נאָווענע. ער האָט נישט אַנטוישט דעם עולם מיט זײַן אָריגינעלער פּערספּעקטיוו צו באַנעמען ייִדישקייט.

קאַרלאָ גינזבורג איז געבוירן געוואָרן אין 1930 אין טורין, איטאַליע. זײַן טאַטע איז געווען לעאָן גינזבורג, אַן אָדעסער געבוירענער, אַ שרײַבער און רעדאַקטאָר, וועלכער האָט זיך אַקטיוו באַטייליקט אינעם אַנטי־פֿאַשיסטישן קאַמף קעגן דעם דיקטאַטאָר מוסאָליני. דער רעזשים האָט אים און זײַן משפּחה פֿאַרשפּאַרט אין אַ דאָרף, ספּעציעל צוגעגרייט פֿאַר פּאָליטישע געפֿאַנגענע. לעאָן איז אַנטלאָפֿן קיין רוים, וווּ ער האָט ווײַטער געפֿירט זײַן קאַמף קעגן די פֿאַשיסטן, און די דײַטשן האָבן אים געכאַפּט, געפּײַניקט און דערשאָסן.

זײַן מאַמע, נאַטאַליאַ גינזבורג, איז געווען אַ באַקאַנטע איטאַליענישע מחברטע, וועלכע איז געשטאָרבן אין 1991. זי האָט געשטאַמט פֿון אַ ייִדיש־ איטאַליענישער משפּחה, אָבער נאָכן חורבן האָט זי זיך געשמדט און געוואָרן אַ קאַטוילישע.

בײַ דער אונטערנעמונג האָט פּראָפֿ׳ גינזבורג דערציילט וועגן זײַן וועג אויפֿן פֿעלד פֿון דער געשיכטע־פֿאָרשונג. ער האָט מיטגעגרינדעט אַ שיטה, וואָס הייסט, מיקראָ־היסטאָריע: די שיטה באַשטייט פֿון אַן אינטענסיווער אויספֿאָרשונג פֿון אַ קליינעם שטח אין דער געשיכטע — אפֿשר בלויז באַטראַטכן איין אונטערנעמונג, אָדער איין דאָרף, איין משפּחה — כּדי צו פֿאַרשטיין און פֿאַרענטפֿערן די „גרעסערע פֿראַגעס‟. געוויינטלעך, פֿאַרבינדט מען די שטודיעס פֿון מיקראָ־געשיכטע מיטן תּחום פֿון קולטור־געשיכטע.

גינזבורג האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן אַנאַליז פֿון אַן איטאַליענישער פֿאָלק־גרופּע — די „בענענדאַנטי‟ (די גוטע גייער), וועלכע האָט עקזיסטירט אין צפֿון־איטאַליע אינעם 16טן און 17טן יאָרהונדערט. די מענטשן אין דער גרופּע האָבן איבערגעלעבט עפּעס טשיקאַוועס; בעת זיי זענען געשלאָפֿן פֿלעגן זייערע נשמות אַרויספֿליִען פֿון די קערפּער און צוזאַמען, ווי אַ גרופּע, האָבן זיי געקעמפֿט קעגן די מכשפֿות. נאָר דערמיט האָבן זיי געקענט פֿאַרזיכערן, אַז דאָס גערעטעניש אין פֿעלד וועט זײַן אַ געראָטנס.

אַ גלח אינעם דאָרף פֿריולי האָט אָנגעהויבן אויספֿאָרשן דעם פֿענאָמען אין 1575, און פֿינף יאָר שפּעטער, האָט די אינקוויזיציע אויסגעפֿונען וועגן דעם און אויסגעפֿרעגט די „בענענדאַנטי‟ וועגן זייערע טראַדיציעס. לסוף, האָט מען די גרופּע פֿאַרדאַמט ווי הערעזיע און דער קאַמף קעגן די מכשפֿות איז מער נישט פֿאָרגעקומען.

גינזבורג האָט אַנטדעקט אינעם אַרכיוו פֿון דער אינקוויזיציע די פּרטימדיקע אויספֿאָרשונג־פּראָטאָקאָלן. פֿאַר אַ פֿאָלקלאָריסט שטעלן די מאַטעריאַלן מיט זיך פֿאָר אַן אוצר פֿון פֿאָלק־רעליגיע — גלייבענישן און מינהגים פֿונעם פּשוטן פֿאָלק, וואָס די „אָפֿיציעלע רעליגיע‟ האַלט פֿאַר פֿרעמד און נישט־פּאַסיק. בײַ די ייִדן וואָלט מען אַן ענלעכן משל געקאָנט צוגלײַכן מיטן פֿאָלקסגלויבן, אַז יעזוס פֿליט אַרום אין דער נאַכט פֿון ניטל.

די פּויערים און דאָרפֿסלײַט פֿון די „בענענדאַנטי‟ האָבן נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס די אינקוויזיציע זאָל האָבן צו זיי טענות: זיי זענען דאָך גוטע קריסטן און גלייבן אין יעזוס — זיי גלייבן אָבער אויך אין מכשפֿות. די אינקוויזיציע האָט געהאַלטן, אַז זייער טראַדיציע איז אַ מין טײַוולאָנישער „שבת פֿון מכשפֿות‟, און דעריבער זיך אַקעגנגעשטעלט. אין דער אמתן, האָט דער נאַכטישער קאַמף קעגן די מכשפֿות גאָר נישט געהאַט צו טאָן מיטן „שוואַרצן שבת‟, אָבער די אויספֿרעגער האָבן איבערגעטײַטשט און פֿאַרדרייט דעם מכשפֿה־קאַמף, כּדי זיי אַליין זאָלן דאָס קענען פֿאַרשטיין.

בײַ דעם אָוונט מיט גינזבורג האָט ער דערציילט, אַז ער האָט ערשט מיט יאָרן שפּעטער אײַנגעזען, אַז זײַן אינטערעס צו די „בענאַנדאַטי‟ איז אַרויסגעוואַקסן פֿון זײַן ייִדישקייט, און זײַן באַנעמען די ייִדן ווי אַ קרבן פֿון דער געשיכטע. נאָך מער, האָט ער געזאָגט, איז די גאַנצע געשיכטע פֿון דער מערבֿ־וועלט אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דער קריסטלעכער אַמביווילענץ לגבי די ייִדן. די קריסטן שטאַמען טאַקע פֿון די ייִדן און האַלטן זייער חומש פֿאַר הייליק, אָבער האַסן זיי סײַ־ווי.

וואָסער ראָלע האָט געשפּילט דעם שמד פֿון זײַן מאַמען אין זײַן „ווערן אַ ייִד‟, האָט גינזבורג אויסגעמיטן צו דערציילן, נישט געקוקט אויף דעם וואָס דער אינטערוויויִרער פֿונעם אָוונט האָט ענלעכע פֿראַגעס אים אונטערגעשטופּט. דער עולם האָט זיך סײַ־ווי־סײַ דערוווּסט פֿון אַן אינטערעסאַנטער משפּחה־געשיכטע, צוזאַמענגעוויקלט מיט דער שטודיע פֿון דער היסטאָריע.