אַ גרויסער קלאַפּ פֿאַר אַ בראָנקסער שיל

Terrible Blow for a Bronx Shul

הרבֿ כאַרלאַפּס שיל אויף מאָשאָלו־פּאַרקוויי
הרבֿ כאַרלאַפּס שיל אויף מאָשאָלו־פּאַרקוויי

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published February 13, 2013.

אַ שיל אין צפֿון־בראָנקס, ניו־יאָרק האָט די וואָך געליטן אַ גרויסן קלאַפּ: די גנבֿה פֿון דרײַ ספֿרי־תּורה, וואָס יעדע פֿון זיי האָט אַ ווערט פֿון 45,000$.

די דרײַ געגנבֿעטע ספֿרי־תּורה
NYPD
די דרײַ געגנבֿעטע ספֿרי־תּורה

די גנבֿה פֿון דער אָרטאָדאָקסישער שיל, „יאָנג איזרעאַל אָוו מאָשאָלו פּאַרקוויי‟, אויף איסט 208טער גאַס, איז אַנטדעקט געוואָרן דורך אַ שיל־אַרבעטער דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק. אַחוץ די ספֿרי־תּורה, האָט דער גנבֿ אויך געלקחנט עטלעכע זילבערנע כּתרים (תּורה־קרוינען), אַ יד (דער לייען־טײַטל, וואָס מע ניצט בײַם לייענען די תּורה) און אַ חושן (זילבערנער טאָוול, וואָס מע הענגט איבערן ספֿר־תּורה). אַ טוץ אַנדערע ספֿרי־תּורה אין אַ צווייטן אָרון־קודש האָט ער אָבער נישט גענומען.

די נײַעס האָט מיך פּערזענלעך באַרירט, ווײַל דאָס איז געווען די שיל, וווּ מײַן משפּחה פֿלעג דאַווענען אין די יום־טובֿים, ווען איך בין געווען אַ קינד. דערצו איז דער רבֿ, זבֿולון כאַרלאַפּ, געווען דער מסדר־קידושין אויף מײַן חתונה.

בעת אַ שמועס מיטוואָך מיט הרבֿ כאַרלאַפּ, וועלכער האָט יאָרן לאַנג אויך געדינט ווי אַ דעקאַן אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט, האָט ער מיר איבערגעגעבן, אַז ווי באַלד ער האָט זיך דערוווּסט וועגן דער גנבֿה, האָט ער אויסגעזוכט דעם פֿאַרזיכערונג־פּאָליס פֿונעם בנין, און דערזען, אַז עס שטייט דאָרט געשריבן, אַז די שיל איז געדעקט אויף 60,000$ פֿאַר „פֿײַנער קונסט”. „כ׳שטעל זיך פֿאָר, אַז דאָס רעכנט אַרײַן די ספֿרי־תּורה,‟ האָט ער באַמערקט.

דערצו זענען די ספֿרי־תּורה רעגיסטרירט בײַ דער „אוניווערסאַלער רעגיסטראַציע פֿון ספֿרי־תּורה‟ (Universal Torah Registry), וואָס פֿאַרזיכערט, אַז אין יעדער ספֿר־תּורה געפֿינט זיך אין געוויסע באַהאַלטענע ערטער אַ סימן־מובֿהק, וואָס מאַכט זייער שווער פֿאַר אַ גנבֿ עס ווײַטער צו פֿאַרקויפֿן.

„דער סימן איז אַ מיטל צו קענען אידענטיפֿיצירן די ספֿר־תּורה,‟ האָט דערקלערט דייוויד פּאָלאָק, דער עקזעקוטיווער דירעקטאָר פֿון דער „אוניווערסאַלער ספֿר־תּורה רעגיסטרירונג‟. ווען אַ ספֿר־תּורה ווערט צוגעגנבֿעט, אַרבעט די אָרגאַניזאַציע בשותּפֿות מיט דער פּאָליציי בײַם אויסזוכן די סחורה, בפֿרט בײַ די אָרטיקע הענדלער פֿון געניצטע זאַכן.

פּאָלאָק איז אָפּטימיסטיש, אַז מע וועט געפֿינען די ספֿרי־תּורה פֿון הרבֿ כאַרלאַפּס שיל. „זינט מיר האָבן געגרינדעט די אָרגאַניזאַציע, זענען שטאַרק געפֿאַלן די גנבֿות פֿון ספֿרי־תּורה, ווײַל די הענדלער פֿון געניצטער סחורה ווייסן וועגן דעם קאָד,‟ האָט פּאָלאָק דערקלערט. „אין 1981, למשל, האָט מען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן צוגעגנבֿעט 200 ספֿרי־תּורה. אין 1982, נאָך דעם ווי מיר האָבן געגרינדעט די ספֿר־תּורה־רעגיסטרירונג, איז די צאָל געווען — נול.‟

הגם די פּאָליציי האָט נאָך נישט געמאָלדן פּינקטלעך ווי אַזוי די גנבֿים זענען אַרײַן אין דער שיל, איז עס זיי מסתּמא נישט אָנגעקומען שווער, ווײַל דער בנין איז געוויינטלעך ליידיק. בלויז שבת קאָן מען צונויפֿנעמען אַ מנין, אַ דאַנק די אַסיסטענטן־דאָקטוירים פֿונעם דערבײַיִקן „מאָנטעפֿיאָר־שפּיטאָל‟. דערצו געפֿינט זיך די שיל אין אַ שלעכטן פֿיזישן מצבֿ, און דער דאַך איז פֿול מיט לעכער.

מיט פֿערציק יאָר צוריק, ווען די געגנט איז נאָך געווען שטאַרק באַפֿעלקערט מיט ייִדישע משפּחות, האָט דער „יאָנג איזרעאַל אָוו מאָשאָלו־פּאַרקוויי‟ (אַ גאַס, וואָס מיר פֿלעגן רופֿן „משהלעס פּאַרקוויי‟) צוגעצויגן הונדערטער מענטשן אין די ימים־נראים און כּמעט הונדערט מענטשן יעדן שבת. דער בנין, וואָס איז געבויט געוואָרן אין 1957 איז געווען שיין און נײַ.

אַחוץ דעם בית־מדרש, האָט דאָרט יאָרן לאַנג פֿונקציאָנירט אַ תּלמוד־תּורה פֿאַר די קינדער פֿון די אָרטיקע עפֿנטלעכע שולן. אין דער תּלמוד־תּורה האָבן זיך געלערנט אַרום 110 ייִנגלעך און 35 מיידלעך, האָט הרבֿ כאַרלאַפּ געזאָגט.

„די קלאַסן פֿאַר ייִנגלעך זענען פֿאָרגעקומען פֿינף טעג אַ וואָך, און פֿאַר מיידלעך — דרײַ טעג אַ וואָך,‟ האָט הרבֿ כאַרלאַפּ באַטאָנט. „אָבער ווען אַ מיידל האָט אונדז געזאָגט, אַז זי וויל קומען פֿינף טעג אַ וואָך, פֿלעגן מיר זי לאָזן זיצן די אַנדערע צוויי טעג אין די ייִנגל־קלאַסן.‟

ראש־השנה און יום־כּיפּור איז די שיל געווען געפּאַקט. „מיר האָבן געהאַט צוויי מנינים: דער בית־מדרש אויבן, און דער שׂימחה־זאַל אין קעלער. 1977 איז געווען אונדזער בעסטער יאָר: 775 ערטער האָבן מיר פֿאַרקויפֿט. אינעם זאַל האָבן מיר נאָך געדאַרפֿט צושטעלן בענקלעך אויף דער בינע, כּדי אַרײַנצונעמען אַלע מתפּללים. אָבער נאָך 1977, האָט זיך אָנגעהויבן דער באַרגאַראָפּ.‟

נישט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן, וואָס די שיל מוז הײַנט אויסהאַלטן, גיט זיך הרבֿ כאַרלאַפּ נישט אונטער. יעדן שבת, נאָכן דאַווענען, פֿאַרבעט ער דעם עולם צו זיך אַהיים אויף מיטאָג, צוגעגרייט פֿון זײַנע טעכטער, און געוויינטלעך קומען טאַקע 7־8 מענטשן.

„ווען מײַנע טעכטער קומען, ברענגען זיי מיט זייערע מענער,‟ האָט הרבֿ כאַרלאַפּ געזאָגט. „אַזוי האָבן מיר נאָך צוויי צום מנין.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.