כאַזאַרן אַ מאָל און הײַנט

Khazars Then and Now

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published February 13, 2013.

װער זײַנען געװען די כאַזאַרן? די דאָזיקע פֿראַגע האָט שױן לאַנג אינטערעסירט אַ סך מענטשן. װעגן זײ האָבן געשריבן אַראַבישע סוחרים, גריכישע מאָנאַכן, מחברים פֿון די אַלטרוסישע קראָניקעס, און אױך באַרימטע ספֿרדישע דיכטער און דענקער, אַזעלכע װי חסדאי אּבן שפֿרוט און יהודה הלוי. אָבער עד־היום האָט מען ניט געפֿונען קײן פֿאַרלאָזלעכע שריפֿטלעכע מקורים, װאָס שטאַמען פֿון די כאַזאַרן גופֿא.

בוך „כאַזאַרישער מיטאָס״ פֿון װיקטאָר שנירעלמאַן
בוך „כאַזאַרישער מיטאָס״ פֿון װיקטאָר שנירעלמאַן

דער דאָזיקער בלױז עפֿנט אַ ברײטן רױם פֿאַר כּלערלײ היסטאָרישע פֿאַנטאַזיעס און ספּעקולאַציעס. אײגנטלעך, אײנע פֿון די סאַמע ערשטע און באַקאַנטע פֿאַנטאַזיעס אױף דער כאַזאַרישער טעמע איז געווען יהודה הלויס פֿילאָסאָפֿישער חיבור ״כּוזרי״. אָבער אין דעם הײַנטיקן רוסלאַנד איז דער ״כאַזאַרישער מיטאָס״ װײַט ניט קײן אַבסטראַקטער פֿילאָסאָפֿישער ענין. װי עס שרײַבט דער מאָסקװער היסטאָריקער און אַטנטראָפּאָלאָג װיקטאָר שנירעלמאַן אין דער נײַער גרונדיקער פֿאָרשונג, ״דער כאַזאַרישער מיטאָס באַזאָרגט די אָנהענגער פֿון דער אַלטער אידעע װעגן דער ׳ייִדישער קאָנספּיראַציע׳ מיט נײַע אַרגומענטן און מאַכט רוסלאַנד פֿאַרן הױפּט־קעמפֿער מיטן דאָזיקן שׂונא״.

די כאַזאַרן, אַ נאָמאַדישער שבֿט װאָס האָט צװישן דעם זיבעטן און צענטן יאָרהונדערט געשאַפֿן אַ מעכטיקע מלוכה צװישן דעם טײַך װאָלגע, דעם קאַספּישן און דעם שװאַרצן ים, װערן אָפֿט געשילדערט װי דער הױפּט–שׂונא פֿונעם רוסישן פֿאָלק. פֿאַר װאָס? װײַל זײ האָבן זיך מגייר געװען. און כאָטש מען װײסט ניט קײן פּרטים װעגן דעם מהות פֿון זײער ייִדישקײט, איז עס ניט קלאָר װאָסער נוסח פֿון ייִדישן גלױבן זײ האָבן איבערגענומען און װי װײַט איז די גאַנצע באַפֿעלקערונג געװען ״פֿאַרייִדישט״. דער דאָזיקער פֿאַקט אַלײן איז גענוג, כּדי צו פֿאַרשװאַרצן זײער שם.

די כאַזאַרישע טעמע איז געװאָרן פּאָפּולער צװישן די ראַדיקאַלע נאַציאָנאַליסטן פֿון פֿאַרשידענע שאַטירונגען אין די לעצטע פֿערציק יאָר. פֿאַר זײַן פֿאָרשונג האָט שנירעלמאַן איבערגעלײענט הונדערטער ביכער, װאָס אַזױ אָדער אַנדערש אַנטװיקלען דעם כאַזאַרישן מיטאָס. דאָס רובֿ פֿון זײ זײַנען משונה־װילד און האָבן גאָר ניט צו טאָן מיט װאָסער ניט איז היסטאָרישער װירקלעכקײט. אָבער דװקא זײ האָבן אַ שטאַרקע השפּעה אױף געװיסע גרופּעס פֿון רוסישער באַפֿעלקערונג, און ניט נאָר מאַרגינאַלע.

מיט אַ פּאָר יאָר צוריק זײַנען אַרױס צװײ ביכער פֿון ט. גראַטשאָװאַ װעגן דער ״געהײמער כאַזאַריע״. גראַטשאָװאַ מאָלט אַ קאַטאַסטראָפֿאַלן בילד פֿון דער װעלטגעשיכטע, װוּ די שװאַרצע כּוחות האָבן שױן לאַנג איבערגענומען דעם קאָנטראָל איבער דער רוסישער פּאָליטיק און עקאָנאָמיע. די באָלשעװיסטישע רעװאָלוציע איז געװען ניט אַנדערש װי אַ תּחית־המתים פֿון דער אַמאָליקער כאַזאַרישער מלוכה אין רוסלאַנד. דער אמתער ראָש, דער ״קאַגאַן״ פֿונעם סאָװעטן־רוסלאַנד איז לכתּחילה געװען טראָצקי און דערנאָך לאַזאַר קאַגאַנאָװיטש, בעת לענין און סטאַלין זײַנען געװען פּשוטע ליאַלקעס אין זײערע הענט.

גראַטשאָװאַ סטראַשעט דעם לײענער, אַז די גאַנצע מערבֿדיקע װעלט מיט אַמעריקע אין שפּיץ װערט רעגירט דורך די ציוניסטן. זײ האָבן אױך געבראַכט היטלערן צו דער מאַכט אין דײַטשלאַנד און צוגעטראַכט דעם איסלאַמישן פֿונדאַמענטאַליזם. און װער זײַנען די הײַנטיקע ציוניסטן? נאַטירלעך, די יורשים פֿון די אַמאָליקע כאַזאַרן, װאָס אַרבעטן לױט זײער טױזנט־יעריקן פּלאַן. דאָס קלינגט װי אַ פּאַראַנאָיִדאַלער אומזין, אָבער די מחברין פֿון די דאָזיקע ביכער איז אַ בכּבֿודיקע פּראָפֿעסאָרין אין דער מיליטערישער אַקאַדעמיע בײַ דעם גענעראַל־שטאַב פֿון דער רוסישער אַרמײ, און אירע חיבורים װערן געדרוקט מיט דער ברכה פֿון אַ פּראַװאָסלאַװנעם אַרכיביסקופּ.

די װאָרצלען פֿונעם הײַנטיקן אינטערעס צו כאַזאַרן שטעקן אין דער סאָװעטישער תּקופֿה. נאָך דער רעװאָלוציע האָבן די סאָװעטישע היסטאָריקער אָפּגעשאַצט דעם כאַזאַרישן קאַגאַנאַט גאַנץ פּאָזיטיװ, אין הסכּם מיט דער מאַרקסיסטישער דאָקטרינע פֿון אינטערנאַציאָנאַליזם. דער קער איז געשען אין 1951, בעת סטאַלינס נאַציאָנאַליסטישער קאַמפּאַניע. דעמאָלט האָט זיך אין דער צענטראַלער פּאַרטײ־צײַטונג ״פּראַװדאַ״ (אמת) באַװיזן אַ קריטיק פֿון דער ״פֿעלערהאַפֿטע״ קאָנצעפּציע פֿונעם באַקאַנטן היסטאָריקער אַרטאַמאָנאָװ. מען האָט אים באַשולדיקט אין ״צעבלאָזן די היסטאָרישע ראָלע פֿון די כאַזאַרן און פֿאַרמינערן דעם שאַפֿערישן פּאָטענציאַל פֿונעם רוסישן פֿאָלק״. און אַזױ איז זי שוין פֿאַרבליבן, די אָפֿיציעלע אידעאָלאָגישע פּאַרטײ־ליניע פֿון דער ״כאַזאַרישער פֿראַגע״, ביז גאָרבאַטשאָווס “פּערעסטראָיקע”.

אָבער די װיכטיקסטע ראָלע אין באַשװאַרצן דעם היסטאָרישן שם פֿון די כאַזאַרן האָט געשפּילט דער פּאָפּולערער היסטאָריקער לעװ גומיליאָװ, דער זון פֿון צװײ חשובֿע רוסישע דיכטער, אַנאַ אַכמאַטאָװאַ און ניקאָלײַ גומיליאָװ, װעלכער איז דערשאָסן געװאָרן דורך די באָלשעװיקעס אין 1921. לעװ גומיליאָװ האָט אַ סך געליטן צוליב זײַן ייִחוס און פֿאַרבראַכט בסך־הכּל 13 יאָר אין תּפֿיסה. ניט געקוקט אױף אַלע רדיפֿות, האָט ער זיך קונה שם געװען מיט אַן אײגנאַרטיקער טעאָריע פֿון ״עטנאָ־גענעזיס״, װאָס באַטראַכט פֿעלקער װי ביאָלאָגישע סובסטאַנצן.

די כאַזאַרן פֿאַרנעמען אין גומיליאָװס קאָנצעפּציע אַ חשובֿ אָרט. זײ זײַנען אַ מוסטער פֿון דער ״עטנישער כימערע״, אַ ״פּאַראַזיטאַרן עטנאָס״, װאָס לעבט אױפֿן חשבון פֿון אַנדערע, עכטע און פּראָדוקטיװע פֿעלקער. עס איז ניט שװער צו דערקענען, װי עס באַװײַזט שנירעלמאַן, אַז מײנען מײנט גומיליאָװ טאַקע די ייִדן. זײַן טעאָריע האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו די היסטאָרישע פֿאַקטן, אָבער שטימט זײער גוט מיט די נאַציסטישע ראַסיסטישע טעאָריעס.

גומיליאָװ איז געװען אַ באַגײַסטערטער שרײַבער און אַ שאַרפֿזיניקער פּובליציסט. זײַנע אידעען בלײַבן פּאָפּולער צװישן פֿאַרשידענע מינים רוסישע און צענטראַל־אַזיאַטישע נאַציאָנאַליסטן, װאָס באַטאָנען דעם אוניקאַלן כאַראַקטער פֿונעם רוסישן פֿאָלק. די כאַזאַרן און זײערע יורשים ייִדן שפּילן דערבײַ די סימבאָלישע ראָלע פֿון אַ דרױסנדיקן שׂונא, װאָס איז שױן אין משך פֿון מער װי טױזנט יאָר אױסן צו פֿאַרכאַפּן רוסלאַנד.

אָבער דער כאַזאַרישער מיטאָס לעבט ניט נאָר אין דער רוסישער אַנטיסעמיטישער סבֿיבֿה. זײַן לעצטער גילגול אין דער פּאָפּולערער ייִדישער געשיכטע איז געװען דאָס בוך ״װער און װי אַזױ האָט דערפֿונדן דאָס ייִדישע פֿאָלק״ פֿונעם ישׂראלדיקן פּראָפֿעסאָר שלמה זאַנד, װאָס האָט געמאַכט אַ סך רעש אין פֿאַרשידענע לענדער. זאַנד ״אַנטדעקט״ דעם כאַזאַרישן מיטאָס פֿון דאָס נײַ, װאָס באַװײַזט פּשוט זײַן עם־הארצות אינעם דאָזיקן געביט.

שנירעלמאַנס אױספֿיר איז ניט קײן פֿרײלעכער. עס זײַנען דאָ אַ היפּש ביסל ערנסטע היסטאָריקער און אַרכעאָלאָגן, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער געשיכטע פֿון כאַזאַרן און זײער תּקופֿה, אָבער זײער אַרבעט רופֿט אַרױס אַ קנאַפּן אינטערעס בײַ די פֿילצאָליקע אָנהענגער פֿונעם כאַזאַרישן מיטאָס. דער פּאָפּולערער כּוח־הדמיון שעפּט זײַן יניקה פֿון די אַלטע פֿאַרשימלטע נאַציאָנאַליסטישע פֿאַנטאַזיעס און ראַסיסטישע זאַבאָבאָנעס. אַזױ אַרום בלײַבן די כאַזאַרן טאַקע אַ געפֿערלעכע ״כימערע״, װאָס פֿאַרנעפּלט די מוחות ניט נאָר פֿון פּראָסטע לײַט נאָר צומאָל אױך פֿון גרױסע הכמים.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.