מאַראָקאָ: עפֿענונג פֿון דער אַלטער שיל

Moroccan Premier Celebrates Restoration of Old Synagogue

דער מאַראָקאַנער פּרעמיער אַבדעלילאַ בענקיראַנע האָלט אָפּ אַ רעדע בעת דעם חנוכּת־הבית פֿון דער „סלאַט אַלפֿאַסיִיִנע־שיל‟, אין פֿעז, מאַראָקאָ
Getty Images
דער מאַראָקאַנער פּרעמיער אַבדעלילאַ בענקיראַנע האָלט אָפּ אַ רעדע בעת דעם חנוכּת־הבית פֿון דער „סלאַט אַלפֿאַסיִיִנע־שיל‟, אין פֿעז, מאַראָקאָ

Published February 14, 2013.

(ייִט״אַ).— בערך 200 מענטשן האָבן זיך מיטוואָך באַטייליקט אינעם חנוכּת־הבית פֿון אַ רעסטאַוורירטער סינאַגאָגע אין פֿעז, מאַראָקאָ — אַרײַנגערעכנט דעם פּרעמיער אַליין.

די צערעמאָניע האָט אָפּגעמערקט דעם סוף פֿון אַ צוויי־יאָריקן פּראָיעקט דורכגעפֿירט פֿונעם מאַראָקאַנער קעניג, מאָכאַמעד דער זעקסטער, האָט איבערגעגעבן די וועבזײַט פֿונעם זשורנאַל „זשאָן אַפֿריק‟.

צווישן די אַנדערע געסט אויף דער אונטערנעמונג לכּבֿוד דער „סלאַט־אַלפֿאַסייִנע שיל‟ איז געווען נאָרבערט לאַמערט, דער פּרעזידענט פֿונעם „בונדעסטאַג, דער דײַטשישער פּאַרלאַמענט. דײַטשלאַנד האָט געשאָנקען אַ גרויסן טייל פֿון די פֿאָנדן צו רעמאָנטירן דעם בנין, וואָס איז אויפֿגעבויט געוואָרן אינעם 17טן יאָרהונדערט.

אַ גרופּע רבנים פֿירן אָן מיטן חנוכּת־הבית, מיטוואָך. הינטער די רבנים, אין מיטן, שטייט דער בירגער־מײַסטער פֿון פֿעז, כאַמיד כאַבאַט
Getty Images
אַ גרופּע רבנים פֿירן אָן מיטן חנוכּת־הבית, מיטוואָך. הינטער די רבנים, אין מיטן, שטייט דער בירגער־מײַסטער פֿון פֿעז, כאַמיד כאַבאַט

פּרעמיער אַבדעלילאַ בענקיראַנע, וועלכער האָט רעפּרעזענטירט דעם קעניג, האָט דערקלערט, אַז די אונטערנעמונג פֿײַערט „די רײַכקייט און פֿיל־פֿאַרביקייט פֿון די גײַסטיקע עלעמענטן‟ וואָס לעבן צוזאַמען אין מאַראָקאָ. בענקיראַנע, וועלכער געהערט צו דער איסלאַמיסטישער פּאַרטיי „יוסטיץ און אַנטוויקלונג‟, האָט שוין פֿון פֿריִער צוגעזאָגט צו רעמאָנטירן אַלע סינאַגאָגעס אינעם קיניגרײַך.

די שיל, וואָס געפֿינט זיך אינעם קוואַרטאַל „על־מעלאַך‟, אין צענטער־שטאָט, איז אַמאָל געווען „דער עפּיצענטער פֿונעם ייִדישן לעבן‟, גיט איבער „זשאָן אַפֿריק‟. די שיל האָט איצט פֿריש־באַפֿאַרבטע ווענט מיט טראַדיציאָנעלע מאַראָקאַנישע באַפּוצונגען.

נאָך אַ ריי פּאָגראָמען אין אודזאַדאַ און דזשעראַדאַ, האָבן בערך 250,000 מאַראָקאַנער ייִדן פֿאַרלאָזט דאָס צפֿון־אַפֿריקאַנער לאַנד צווישן די יאָרן 1948 און 1967. אַ סך האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל. אין 1959, איז דער ציוניזם פֿאַרווערט געוואָרן אין מאַראָקאָ און באַצייכנט געוואָרן ווי „אַן ערנסטער פֿאַרברעכן‟. מאַראָקאָ האָט אַנולירט דאָס געזעץ אין די שפּעטע 1980ער יאָרן, און זינט דעמאָלט אויפֿגעהאַלטן באַציִונגען מיט ישׂראל.

לויט דעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟, וווינען הײַנט בערך 3,000 ייִדן אין מאַראָקאָ.