מלוכישער סובקאָמיטעט פֿאָקוסירט זיך אויף אַנטיסעמיטיזם

House subcommittee sets hearing on anti-semitism

קריס סמיט, אַ סענאַטאָר פֿון דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי
Getty Images
קריס סמיט, אַ סענאַטאָר פֿון דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי

Published February 25, 2013, issue of February 15, 2013.

וואַשינגטאָן (ייִט״אַ). — קריס סמיט, אַ סענאַטאָר פֿון דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי, וועלכער פֿירט אָן מיטן סובקאָמיטעט פֿאַר מענטשנרעכט בײַם רעפּרעזענטאַנטן-הויז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט צונויפֿגערופֿן אַ זיצונג וועגן אַנטיסעמיטיזם, וועלכע וועט פֿאָרקומען מיטוואָך. סמיט האָט באַטאָנט, אַז די צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין דער וועלט איז לעצטנס געוואַקסן, בפֿרט אין אייראָפּע. דער זעלבער סענאַטאָר איז אויך אַ מיטפֿאָרזיצער פֿון דער אַמעריקאַנער „העלסינקי-קאָמיסיע‟ — אַ קאָנגרעס-אָרגאַניזאַציע, וועלכע פֿירט אַן אויפֿזיכט איבער מענטשנרעכט-ענינים.

אין אַן אינטערוויו פֿאַר דער ייִט״אַ, האָט סמיט געמאָלדן, אַז די אַנטיסעמיטישע שטימונגען זענען הײַנט צום מערסטן שאַרף אינעם מיטל-מיזרח, און ווערן פֿון דאָרטן פֿאַרשפּרייט צווישן די מוסולמענער אַרום דער וועלט, ווי אויך דורך דער סאַטעליט-טעלעוויזיע. סמיט האָט דערמאָנט אַ צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, וועלכע זענען לעצטנס אויסגעבראָכן אין ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך, און האָט באַמערקט, אַז אַ טייל פֿון זיי האָבן געהאַט צו טאָן מיט ראַדיקאַל-לינקע באַוועגונגען, אַ טייל מיט די רעכטע, און אַ טייל מיט איסלאַמישע פֿונדאַמענטאַליסטן.

אין דער ערשטער סעסיע פֿון דער זיצונג, ווי עס האָט דערקלערט סמיט, וועלן זיך באַטייליקן די מוסולמענער און מאָרמאָנען, וועלכע זענען מומחים אין דער פּראָבלעם פֿון אַנטיסעמיטיזם. דער אָרגאַניזאַטאָר פֿון דער אונטערנעמונג האָט דערקלערט, אַז ס׳איז וויכטיק צו וויסן, אַז די אַנטיסעמיטישע שטימונגען פֿאַרשאַפֿן פּראָבלעמען נישט בלויז פֿאַר ייִדן. אַן אַנדער סעסיע וועט זיך פֿאָקוסירן אויף די אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין אייראָפּע; צווישן די אויפֿטרעטער וועלן זײַן עקספּערטן פֿון אונגאַרן און שוועדן, און דער ראַבינער ענדריו בייקער — דער דירעקטאָר פֿונעם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟ און אַ הויך-ראַנגיקער פֿאָרשטייער פֿון דער אַמעריקאַנער מלוכישער „אָרגאַניזאַציע פֿאַר זיכערהייט און קאָאָפּעראַציע אין אייראָפּע‟.

לויט דעם בעלגישן מלוכישן „צענטער פֿון גלײַכע געלעגנהייטן און קעגנערשאַפֿט צו ראַסיזם‟, איז די צאָל אָנקלאָגן קעגן די אַנטיסעמיטישע אינצידענטן געשטיגן אינעם יאָר 2012 אויף 30 פּראָצענט. עדוואַרד דערריול, דער פּרעזידענט פֿונעם צענטער, האָט איבערגעגעבן, אַז במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר איז זײַן אָרגאַניזאַציע געווויר געוואָרן וועגן 88 פֿאַלן פֿון אַנטיסעמיטיזם — אין פֿאַרגלײַך מיט 62 פֿאַלן אין 2011, און 57 — מיט אַ יאָר פֿריִער.

דעלריול האָט באַטאָנט, אַז הגם 88 אינצידענטן איז נאָך אַלץ אַ קליינע צאָל, זענען זיי אַ סימן פֿון אַ סכּנותדיקער טענדענץ. צווישן די אָנגעקלאָגטע פֿאַלן זענען געווען 11 אַקטן פֿון וואַנדאַליזם, 15 ווערטער-אַטאַקן אויף דער גאַס, 13 פֿאַלן פֿון חורבן-אָפּלייקענונג און 28 באַליידיקונגען אויף דער אינטערנעץ.

דערריול האָט צוגעגעבן, אַז אין פֿראַנקרײַך איז די צאָל אַנטיסעמיטישע אינצידענטן געשטיגן נאָך שטאַרקער — אויף 58 פּראָצענט, לויט דער פֿראַנצויזיש-ייִדישער זיכערהייט-אָרגאַניזאַציע „SPCJ‟. אינעם יאָר 2012 האָט מען דאָרטן אָנגעקלאָגן וועגן 614 פֿאַלן פֿון אַנטיסעמיטיזם — אין פֿאַרגלײַך מיט 389 פֿאַלן מיט אַ יאָר פֿריִער.