רעוואָלוציעס און קאָנטעררעוואָלוציעס אין מיטל-מיזרח

Revolution and Counter-revolution in the Middle East

שבת, בעת אַנטי־רעגירונג דעמאָנסטראַציעס אין פּאָרט סאַיִד, עגיפּטן, האָט מען געטראָגן אַ ריזיקן טאָק פֿון פּרעזידענט מאָכאַמעד מאָרסי.
Getty Images
שבת, בעת אַנטי־רעגירונג דעמאָנסטראַציעס אין פּאָרט סאַיִד, עגיפּטן, האָט מען געטראָגן אַ ריזיקן טאָק פֿון פּרעזידענט מאָכאַמעד מאָרסי.

פֿון שבֿע כּהן

Published February 25, 2013, issue of February 15, 2013.

מײַן פּראָפֿעסאָר, פֿואַד אַדזשאַמי, אַן אַנטוישטער פּאַן-אַראַביסט, איז געווען זייער באַגײַסטערט פֿונעם אַראַבישן פֿרילינג. נישט געקוקט אויף זײַן דערהויבענער שטימונג, פֿלעגט ער אונדז וואָרענען, אַז נאָך אַ רעוואָלוציע מוז קומען די קאָנטעררעוואָלוציע. און הײַנט, צוויי יאָר נאָך דעם אויסבראָך פֿון די רעוואָלוציעס אין טוניסיע, עגיפּטן און ליביע, ווערט שוין קלאָר, אַז ער איז געווען גערעכט.

עס איז צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס מע האָט איצט אַזעלכע קאָנטעררעוואָלוציעס אין מיטלען מזרח.

די דעמאָנסטראַנטן האָבן פֿאַרלאַנגט צוויי זאַכן: פֿרײַהייט און אַ בעסערע עקאָנאָמיע. נאָך צענדליקער יאָרן דיקטאַטור איז די איינציקע לייזונג געווען אָפּצוּווישן די רעגירונגען און בויען די דעמאָקראַטיע אויף ס’נײַ. הײַנט, צוויי יאָר שפּעטער, בלײַבן די צילן נאָך ווײַטער די זעלבע און אומדערגרייכלעך. טוניסיע, עגיפּטן און ליביע אַלע זינקען זיי אין אומענדלעכע קאָנפֿליקטן צווישן די בירגער, דער עיקר צווישן די איסלאַמיסטן און דעם סעקולערן טייל פֿון פֿאָלק. אַלע דרײַ עקאָנאָמיעס האָבן שטאַרק געליטן און זיי געפֿינען זיך אַצינד אין אַן ערגערן מצבֿ ווי פֿריִער.

עס איז ,לכאורה, נאָך צו פֿרי אַראָפּצולאָזן די הענט. די פֿאַראייניקטע שטאַטן אַליין האָבן זיך ,למשל, גענייטיקט אין מער ווי פֿינף יאָר נאָך דער רעוואָלוציע ביז זיי האָבן אָנגענומען די קאָנסטיטוציע. עס איז צו דערוואַרטן, אַז די עקאָנאָמיע וועט זײַן שוואַך אין אַזעלכע אומזיכערע, שטורמישע צײַטן. דאָך, זענען די איצטיקע סימנים נישט קיין גוטע.

ליביע איז שוין מער נישט קיין מדינה אינעם פֿולן זין פֿון וואָרט. די פֿאַרשיידענע באַוואָפֿנטע גרופּעס וואָס האָבן געקעמפֿט קעגן קאַדאַפֿי אונטער דער פֿאָן פֿונעם געוועזענעם קעניג, האָבן קיין שײַכותן צווישן זיך, אַ חוץ פֿײַנטשאַפֿט צום אַלטן רעזשים. אין דער מיזרח־זײַט פֿונעם לאַנד, די אַמאָליקע קירעניקע וווּ עס געפֿינט זיך די וויכטיקע שטאָט בענגאַזי, האָט מען אַן אומאָפּהענגיקע באַוועגונג, וואָס וויל מאַכן “שבת” פֿאַר זיך, אויב טריפּאָלי וועט נישט געבן דעם ראַיאָן מער געלט און מאַכט. די באַוואָפֿנטע מיליציעס פֿון די שבֿטים היטן אָפּ די אייגענע טעריטאָריעס און זײַנען נישט גרייט איבערצוגעבן דאָס געווער צו דער רעגירונג און זיך אײַנשליסן אין מיליטער אָדער פּאָליציי. עס גלייבט זיך נישט, אַז די רעגירונג וועט קענען דורכפֿירן אַ פֿולקאָמע שליטה איבער גאַנץ ליביע און אויך פֿאַרזיכערן די פֿולע מענטשן-רעכט.

די סיטואַציע אין עגיפּטן און טוניסיע איז ענלעך. ס’רובֿ פֿון די דעמאָנסטראַנטן זענען נישט געווען איסלאַמיסטיש-געשטימט, אָבער אין ביידע פֿאַלן האָבן די איסלאַמיסטן איבערגענומען די מאַכט. נאָך צוויי יאָר קען מען נישט זאָגן אַז די עפֿנטלעכקייט איז געוואָרן מער פֿרײַ. אין טוניסיע האָט די אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט געזאָלט פֿאַרזיכערן די פֿרײַהייט פֿון דער פּרעסע, זיך אָפּגעזאָגט צו שטיצן די רעגירונג, ווײַל זי מישט זיך כּסדר אַרײַן אין דעם אינהאַלט פֿון די פֿאַרשיידענע אויסגאַבעס, לייגט אויף שטרענגע צענזור און אַרעסטירט די זשורנאַליסטן, וועלכע קריטיקירן דאָס מיליטער.

אין עגיפּטן האָט אָ ריכטער פֿאַרבאָטן יו־טוב אויף אַ חודש-צײַט, ווײַל די ווידעאָ-וועבזײַט ווײַזט ווײַטער ווידעאָס קעגן איסלאַם. די איסלאַמיסטישע יונגעלײַט אין טוניסיע פֿאַלן אָן אויף זייערע וועלטלעכע קאָלעגעס אין די אוניווערסיטעטן. לעצטנס, איז איינער פֿון די מנהיגים פֿון דער אָפּאָזיציע דערשאָסן געוואָרן און שפּעטער געשטאָרבן פֿון די טייטלעכע וווּנדן. די רעגירונג אין עגיפּטן רעאַגירט אויף קריטיק מיטן צעטרײַבן דעם פּאַרלאַמענט און אײַנפֿירן ווידער דעם פֿאַרהאַסטן, “נויטפֿאַל-מצבֿ” פֿון מובאַראַקס צײַטן.

די עקאָנאָמישע האָפֿענונגען זײַנען נישט מקוים געוואָרן. דאָס איז גאַנץ פֿאַרשטענדלעך, ווײַל די דיקטאַטאָרן האָבן נישט תּמיד געטאָן וואָס מען האָט געדאַרפֿט טאָן, עס זאָל זײַן אַרבעט פֿאַר דער וואַקסנדיקער באַפֿעלקערונג. עס איז אויך פֿאַרשטענדלעך, וואָס די טוריסטן און אינוועסטיטאָרן וואַרטן צו זען וואָס ס’וועט אַרויס פֿון דער “פֿרילינג־רעוואָלוציע”. דאָס פֿאָלק אָבער וויל נישט וואַרטן. ווי דער עקאָנאָמיסט דזשאָן מיינאַרד קיינס האָט געזאָגט: אין דער ווײַטער צוקונפֿט זײַנען מיר אַלע טויט.

דערווײַל וואַקס די אַרבעטלאָזיקייט אין עגיפּטן פֿון 8.92% אינעם פֿערטן קוואַרטל פֿון 2010 ביז 13% אינעם לעצטן קוואַרטל. אין טוניסיע איז די ראַטע געווען 13% פֿאַר דער רעוואָלוציע און 16.7% איצט. אין ביידע לענדער איז די צאָל טוריסטן און אינוויסטיציעס שטאַרק געפֿאַלן. דאָס איז באַזונדערס געפֿערלעך אין עגיפּטן וווּ עס איז דאָ אַ סכּנה, אַז די וואַלוטע-סיסטעם וועט אונטערגיין. די רעגירונגען אין עגיפּטן און טוניסיע האָבן ביידע זיך געריכט, אַז די עקאָנאָמיע וועט וואַקסן מיט 3.5% אין 2012 (רעלאַטיוו א נישטיקער פּראָצענט נאָך אַ רעוואָלוציע). צוליב אַזאַ שוואַכקייט האָבן די רעגירונגען נישט געהאַט קיין געלט, כּדי צו שטיצן די אָרעמעלײַט און דורכפֿירן גרויסע פּרויעקטן.

דערווײַל הערן זיך נישט קיין קולות וואָס דריקן אויס חרטה אויף דעם “אַראַבישן פֿרילינג”. עס איז אַ ביטערער פֿאַקט, אַז די פּאָליטיק פֿון די דיקטאַטורן האָט נישט דערמעגלעכט דער קולטור און עקאָנאָמיע זיך צו אַנטוויקלען. פֿון דעסטוועגן, זענען די רעזולטאַטן פֿון די רעוואָלוציעס ווײַט פֿון די טרוימען, וואָס מען האָט געטרוימט. די זעלבע לאָזונגען וואָס האָבן געקלונגען מיט צוויי יאָר צוריק, הערט מען ווידער אויף די גאַסן, נאָר מיט איין אונטערשייד: איצט וויל מען צעשטערן שוין די נײַע אָרדענונג אין לאַנד.