מצה־דעקלעך קיין אַפֿגאַניסטאַן

Matza Covers Bound for Afghanistan

אַ גרופּע פֿרויען מאַכט די מצה־דעקלעך
Courtesy of MSAWI
אַ גרופּע פֿרויען מאַכט די מצה־דעקלעך

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published February 26, 2013, issue of March 15, 2013.

דעם קומעדיקן זונטיק וועט אַן אָרגאַניזאַציע, געגרינדעט לזכּרון אַ ייִדישן סאָלדאַט אין איראַק, פֿאַרזאַמלען הונדערטער משפּחות אין „רמת־אורה‟ — אַ שיל אין מאַנהעטן, כּדי צונויפֿצושטעלן פּסח־פּעקלעך פֿאַר מער ווי 100 ייִדישע סאָלדאַטן, וועלכע דינען אין אַפֿגאַניסטאַן און אַנדערע ערטער פֿון דער וועלט. מע וועט אויך צוגרייטן 500 אַלגעמיינע פּעקלעך פֿאַר ייִדן און נישט־ייִדן, וועלכע דינען אין די ווײַטסטע, געפֿערלעכסטע ראַיאָנען פֿון אַפֿגאַניסטאַן.

מאַיאָר סטואַרט אָדם וואָלפֿער, אין איראַק, אין 2007
Courtesy of MSAWI
מאַיאָר סטואַרט אָדם וואָלפֿער, אין איראַק, אין 2007

די אונטערנעמונג, וואָס הייסט Support Our Troops Day [דער טאָג צו שטיצן אונדזערע סאָלדאַטן], קומט פֿאָר יעדעס יאָר עטלעכע וואָכן פֿאַר פּסח, און איז אַ זעלטענע געלעגנהייט פֿאַר ייִדישע משפּחות אין דער ניו־יאָרקער געגנט זיך צו באַטייליקן אין אַ חסד־פּראָיעקט לטובֿת דעם אַמעריקאַנער מיליטער. די אַקטיוויטעט ווערט אָרגאַניזירט דורכן „אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון מאַיאָר סטואַרט אָדם וואָלפֿער‟ (MSAWI). מאַיאָר וואָלפֿער איז דערהרגעט געוואָרן אין אַפּריל 2008, דינענדיק אין דער „גרינער זאָנע‟ פֿון באַגדאַד.

צווישן די חפֿצים אין די פּסח־פּעקלעך, וועט מען אויך אַרײַנלייגן מצה־דעקלעך, געשאַפֿן פֿון ייִדישע פֿרויען, וועלכע האָבן אויך געוואָלט אויסדריקן סאָלידאַריטעט מיט די סאָלדאַטן.

„ביז איצט האָבן מיר יעדעס יאָר געמאַכט די מצה־דעקלעך אויפֿן טאָג פֿון Support Our Troops Day, אָבער מיר האָבן אײַנגעזען, אַז ס׳איז זייער שווער צו שאַפֿן הונדערט פֿון זיי אין איין טאָג, בפֿרט אַז מע דאַרף האָבן צײַט זיי אויסצוטריקענען,‟ האָט דזשיין בלומענשטיין, די פֿאָרזיצערין פֿון דער אונטערנעמונג דעם זונטיק, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „האָבן מיר דאָס יאָר געמאַכט די מצה־דעקלעך פֿריִער.‟

די פֿרויען האָבן עס געטאָן ווי אַ פּראָיעקט פֿון דער ראש־חודש־גרופּע, וואָס טרעפֿט זיך יעדן מאָנאַט אין אַ פּריוואַטער היים דורכן „חב״ד אויפֿן אָפּער וועסט סײַד‟. צוליב דעם וואָס ס׳רובֿ פֿון די פֿרויען האָבן נישט געהאַט קיין פּראַקטיק בײַם מאַכן האַנטאַרבעט־און קונסט, האָט דזשאָרדזשען גאַרפֿינקל, אַ מאַמע פֿון צוויי טעכטער און אַן אַקטיווע מיטגלידין פֿון MSAWI, זיי געוויזן ווי אַזוי צו מאַכן די מצה־דעקלעך, דורך silkscreening.

„די פֿרויען זענען געווען גליקלעך צו טאָן עפּעס פֿאַר די ייִדישע סאָלדאַטן, און האָבן אויך שטאַרק הנאה געהאַט פֿון דעם שעפֿערישן פּראָצעס,‟ האָט דזשיין געזאָגט.

וואָלונטירן גרייטן צו די פּעקלעך פֿאַר די סאָלדאַטן, בעת דער פֿאַראַיאָריקער אונטערנעמונג אין דער שיל, „רמת אורה‟
Courtesy of MSAWI
וואָלונטירן גרייטן צו די פּעקלעך פֿאַר די סאָלדאַטן, בעת דער פֿאַראַיאָריקער אונטערנעמונג אין דער שיל, „רמת אורה‟

MSAWI ריכט זיך, אַז — פּונקט ווי פֿאַראַיאָרן — וועלן הונדערטער משפּחות זיך באַטייליקן אין דער אונטערנעמונג אין „רמת־אורה‟. אין איין ווינקל פֿונעם זאַל, וועלן קינדער אָנשרײַבן ווינטשקאַרטלעך פֿאַר די סאָלדאַטן, און דעקאָרירן פֿאָטאָ־ראַמען און לייען־צייכנס. אין אַ צווייטן טייל פֿון צימער, וועלן די קינדער אַרומגיין מיט גרויסע זעק, און אָנפֿילן זיי מיט פּסחדיקן שאָקאָלאַד, געטריקנטע פֿרוכטן, מאַקאַראָנדלעך, קנאָבל־פּוטער — און די מצה־דעקלעך, געשאַפֿן פֿון די חב״ד־פֿרויען.

אַנדערע זעק וועלן זיי אָנפֿילן מיט אַלגעמיינע זאַכן ווי ציינבערשטלעך, ספּאָרט־זשורנאַלן, און די באַליבטסטע מתּנה בײַ סאָלדאַטן — זאָקן.

„אונדזער ציל איז באמת אַרײַנצוציִען די קינדער,‟ האָט דזשיין געזאָגט. „פֿאַר זיי איז דאָס אַ נײַער באַגריף. פֿון אַנדערע אונטערנעמונגען, ברענגען די קינדער אַהיים די זאַכן, וואָס זיי האָבן געמאַכט. דאָ גרייטן זיי די זאַכן אַוועקצושיקן. ס׳איז אַ גוטער אופֿן זיך אויסצולערנען ווי צו טאָן זאַכן לטובֿת אַנדערע מענטשן, אַנשטאָט פֿאַר זיך אַליין.‟

איינער פֿון די גרעסטע סורפּריזן פֿאַראַיאָרן איז געווען די באַטייליקונג פֿון 25 מענער און פֿרויען, וועלכע זענען געקומען פֿון פֿילאַדעלפֿיע, פֿאָרנדיק אויף מאָטאָציקלען. די לעדער־טראָגנדיקע געסט (ס׳רובֿ פֿון זיי — נישט קיין ייִדן) האָבן געהאָלפֿן די קינדער צוגרייטן די פּסחדיקע און אַנדערע פּעקלעך פֿאַר די סאָלדאַטן.

בעווערלי וואָלפֿער, די שוועסטער פֿונעם אומגעקומענעם סאָלדאַט, האָט דערציילט, אַז סטואַרט האָט, ווי זי, זיך געלערנט אין די קאָנסערוואַטיווע טאָגשולן, פֿאַרבראַכט די זומערן אינעם לאַגער „יאָנג דזשודיע‟, און אויך געווען אַקטיוו אין „בני־ברית‟.

ווי אַ סטודענט אין „וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט‟ אין סיינט־לויִס, האָט ער געשפּילט אין פֿאַרשידענע ספּאָרט־מאַנשאַפֿטן, און האָט גענומען די אָרטיקע ROTC־קלאַסן פֿונעם אַמעריקאַנער מיליטער. מיט דער צײַט האָט ער אָנגעהויבן זאָגן דער משפּחה, אַז ער וויל זיך אָנשליסן זיך אין דער אַרמיי — ערשטנס, כּדי צו פֿאַרטיידיקן אַמעריקע, און צווייטנס, כּדי זײַנע עלטערן זאָלן נישט דאַרפֿן באַצאָלן דעם הויכן שׂכר־לימוד פֿון אוניווערסיטעט.

צו ערשט, האָט דאָס מיליטער אים געשיקט אין קוּווייט, און בעת זײַן טור דאָרט איז געבוירן געוואָרן זײַן צווייט טעכטערל. אין 2007, האָט מען אים געשיקט אין איראַק. ער איז געווען אַקטיוו אינעם אָרטיקן מנין, „בני־באַגדאַד‟, און האָט ספּעציעל הנאה געהאַט פֿונעם דאַווענען און דעם היימישן מאָלצײַט יעדן פֿרײַטיק־צו־נאַכטס.

„ער פֿלעג אונדז דערציילן, אַז פֿרײַטיק־צו־נאַכטס איז געווען דער איינציקער צייכן פֿון סטאַביליטעט אין אַ שטאַרק אומסטאַבילער וואָך,‟ האָט זײַן שוועסטער זיך דערמאָנט.

דעם 6טן אַפּריל, 2008, האָט סטואַרט געהאַלטן אין מיטן מאַכן פֿיזישע געניטונגען אינעם ספּאָרטזאַל, ווען אַ גרופּע מיליטאַנטן האָבן געטראָפֿן מיט אַ ראַקעט אין בנין, און ער און אַ צווייטער אָפֿיציר זענען גלײַך דערהרגעט געוואָרן. 17 אַנדערע סאָלדאַטן זענען געבליבן פֿאַרוווּנדיקט.

„נאָך דעם ווי סטואַרט איז דערהרגעט געוואָרן, האָבן מיר געוואָלט טאָן עפּעס צו העלפֿן די ייִדישע און נישט־ייִדישע סאָלדאַטן, און צוליב דעם האָבן מיר געשאַפֿן דעם Support Our Troops Day,‟ האָט בעווערלי געזאָגט. „די שענסטע זאַך אין דער אונטערנעמונג פֿון „רמת אורה‟ איז, וואָס מיר ברענגען אַהער די מענטשן צונויף — נישט סתּם צו הערן רעדעס, נאָר טאַקע צו טאָן זאַכן, וועלכע העלפֿן זייערע ברידער און שוועסטער אין מיליטער.‟