אַ היים פֿאַר אומגעוויינטלעכע ליובאַוויטשער

Home for Chabad misfits

דער עולם פּראַוועט פּורים אין דער שיל „חבֿרה אַהבֿת־ישׂראל‟ אין קראָון־הײַטס
Courtesy of Chevra Ahavas Yisroel
דער עולם פּראַוועט פּורים אין דער שיל „חבֿרה אַהבֿת־ישׂראל‟ אין קראָון־הײַטס

פֿון ייִט״אַ

Published February 27, 2013, issue of February 15, 2013.

ניו־יאָרק (ייִט״אַ). — אַ קאַלטן פֿרײַטיק-צו־נאַכטס, אין קראָון-הײַטס — דער ראַיאָן פֿון ברוקלין, וווּ עס געפֿינט זיך דער וועלט-צענטער פֿון די ליובאַוויטשער חסידים — קומט אַ גרופּע פֿון 18 מענטשן אַרויס פֿון דער שיל, כּדי צו פּראַווען די שבתדיקער סעודה אין זייער דירה אויפֿן צווייטן שטאָק, אויף ראָדזשערס-עוועניו, באַצירט מיט דער „היפּי‟-סימבאָליק און פּאָרטרעטן פֿון דזשאָן לענאָן, וועלכע הענגען אויף דער וואַנט צוזאַמען מיט בילדער פֿונעם ליובאַוויטשער רבין און מיט אַ געלער „משיח‟-פֿאָן — אַ סימן פֿונעם משיחיסטישן פֿליגל פֿון דער חב״ד-באַוועגונג.

אויפֿן טיש ליגן וועגעטאַרישע מאכלים מיט גרינסן, אַ וועגאַנער טשאָלנט און אַ חלה, וואָס זעט אויס זייער שיין; דער עולם באַמערקט, אַז בלויז אַ „גיי‟-מאַן וואָלט געקאָנט אַזאַ שיינע חלה אָפּצובאַקן. נאָכן קידוש און וואַשן זיך צו דער סעודה, פֿאַרקניפּן אַ רבֿ, אַ „די-דזשיי‟ און אַ קינסטלער-גראַפֿיקער אַ לעבעדיקן שמועס וועגן פֿאַרבינדונגען צווישן דעם חב״ד-חסידות און ווײַט-מיזרחדיקע מעדיטאַציעס. אין דער זעלבער צײַט, דערקלערט אַ פֿאָטאָגראַף, אין אַ שמועס מיט אַ שוואַנגערדיקער פֿרוי, פֿאַרוואָס די ליובאַוויטשער „מיצווה-טאַנקען‟ זענען די בעסטע זאַך אין דער וועלט נאָך דעם דזשאַז-מוזיקאַנט מײַלז דייוויס.

אַזאַ שבתדיקע סצענע טרעפֿט זיך נישט צו אָפֿט צווישן די פֿרומע תּושבֿים פֿון קראָון-הײַטס. הגם כּמעט אַלע באַטייליקטע זענען דערצויגן געוואָרן אין חסידישע משפּחות, האָבן זיי זיך געלאָזט זוכן אַן אייגענעם, מער פֿרײַען, מין ייִדישקייט. אַנשטאָט אַוועקצופֿאָרן אין אַן אַנדער געגנט, האָבן זיי אָבער באַשלאָסן צו בלײַבן אַ טייל פֿון דער ליובאַוויטשער קהילה.

שמואל טאָראָן, אַ 25־יאָריקער האָמאָסעקסועלער יונגערמאַן פֿון סינסינאַטי, וועלכער האָט אָפּגעבאַקן די דערמאָנטע חלה, האָט דערציילט, אַז ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ סבֿיבֿה, וווּ מע טראַכט, אַז אַ ייִד מוז זײַן הונדערט-פּראָצענט שטאַרק-פֿרום — אַנישט, איז ער מחוץ-למחנה. מע קאָן נישט געקענט אויסקלײַבן, וואָס אָפּצוהיטן און וואָס נישט. איצט ווייסט ער, אַז ער קאָן בלײַבן אַ חב״דניק אויף זײַן אייגענעם שטייגער, און פֿאָרט פֿירן זיך אַנדערש, ווי די אַנדערע חסידים.

טאָראָן און זײַנע חבֿרים זענען אַ טייל פֿון אַן אייגנאַרטיקער קהילה, וועלכע האָט זיך דערווײַטערט פֿונעם אָרטיקן רעליגיעזן הויפּט־שטראָם און האָט געשאַפֿן פֿאַר זיך אַ היים אינמיטן חב״ד. זײַן דירה האָט באַקומען אַ רעפּוטאַציע פֿון אַן אָרט, וווּ דער עולם קומט צו פֿאַרווײַלן אויף אַזאַ אופֿן, וואָס די אַנדערע ייִדישע קהילות וואָלטן נישט דערלאָזט.

העלאַ ווינסטאָן, אַ סאָציאָלאָגין און די מחברטע פֿונעם בוך „די נישט-אויסדערוויילטע: דאָס געהיימע לעבן פֿון חסידישע בונטאַרן‟, וועלכן זי האָט אַרויסגעגעבן אין 2006, דערקלערט, אַז קראָון-הײַטס איז טאַקע אַן אומגעוויינטלעכע חסידישע געגנט, וווּ דער פֿרומער עולם באַציט זיך אַ סך מער טאָלעראַנט צו אַזעלכע מינים ייִדן.

אויפֿגעוואַקסן אין אַ גרויסער משפּחה, איינער פֿון 14 ברידער און שוועסטער, האָט טאָראָן אויסבאַהאַלטן זײַן סעקסועלע אָריענטאַציע במשך פֿון אַ סך יאָר. מיט פֿיר יאָר צוריק, האָט ער דערקלערט, אַז ער איז אַ האָמאָסעקסואַל. פֿונדעסטוועגן, טראָגט ער אַ לאַנגע באָרד און אַ יאַרמלקע, און לערנט כּסדר דעם ספֿר „תּניא‟, הגם צו די אָפֿיציעלע ליובאַוויטשער אינסטיטוציעס האָט ער מער נישט קיין שײַכות. ער גייט אָבער יאָ אין אַ נײַער שיל, וואָס הייסט „חבֿרה אַהבֿת-ישׂראל‟ אָדער CAY, אָנגעפֿירט דורך הרבֿ חזי בענעביים, אַ 27־יאָריקער מאַן פֿון קאַליפֿאָרניע. צוזאַמען מיט זײַן ווײַב, סימע, שטאָלצירן זיי מיט דעם, וואָס זיי האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ פּלאַץ אָפֿן פֿאַר אַלעמען.

אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַנדערע חב״ד־שילן, איז „חבֿרה אַהבֿת-ישׂראל‟ אַ רעוואָלוציאָנערע. ס׳רובֿ פֿירער פֿון דער קהילה זענען פֿרויען, וועלכע זינגען בײַם דאַוונען; מע מעג זיך אָנטאָן ווי מע וויל; פֿרויען און מענער באַטייליקן זיך אין קהילה-אונטערנעמונגען צוזאַמען, אָן אַ מחיצה.

די שיל האָט זיך געעפֿנט מיט צוויי יאָר צוריק. לעצטנס האָט זי געקויפֿט אַן אייגן הויז, נישט געקוקט אויף דער רעלאַטיוו-שוואַכער אָפּאָזיציע פֿון די הויפּטשטראָמיקע ליובאַוויטשער. דענעביים האָט דערקלערט, אַז זײַן קאָליריקע קהילה רײַסט אונטער דאָס „שוואַרץ-ווײַסע‟ בילד פֿון חב״ד. דער רבֿ האָט צוגעגעבן, אַז זיי האָבן נישט קיין ספּעציעלע כּוונה און ווילן פּשוט דערלאָזן אַלע מיטגלידער צו גיין ווײַטער אויף זייער אייגענעם גײַסטיקן דרך. אויב זיי קומען בלויז צו הערן די זינגערײַ און נישט צו דאַוונען — איז עס אויך גוט.

די קהילה אַרום דער דאָזיקער שיל איז געוואָרן אַ מין מאַנגעט, וואָס ציט צו די „פֿאַרבלאָנדזשעטע‟ ליובאַוויטשער יוגנט פֿונעם גאַנצן לאַנד. אַבֿיבֿה באָגאַרט, אַ 23־יאָריק מיידל מיט אַ טיילווײַז-אָפּגעגאָלטן קאָפּ פֿון אַ ליובאַוויטשער משפּחה, האָט געזאָגט, אַז צום ערשטן מאָל האָט חב״ד אָנגעהויבן צוציִען די אייגענע פֿאַרלאָזטע מענטשן, און נישט בלויז צו פֿאַרנעמען זיך מיט דער דרויסנדיקער וועלט.

ווען טאָראָן האָט צום ערשטן מאָל אויסגעזאָגט איר מאַמען, אַז ער איז אַ „גיי‟, האָט זי זיך ביטער צעוויינט און געבעטן אים דורכצומאַכן אַ „קאָרעקציע-טעראַפּיע‟. הײַנט לעבט ער מיט אַן אַנדער יונגערמאַן, פֿילט זיך גליקלעך און וויל נישט פֿאַרלאָזן די פֿרומע וועלט.

פֿאַרשטייט זיך, זענען נישט אַלע חסידים צופֿרידן מיט אַזאַ צוגאַנג. באָגאַרט האָט דערציילט, אַז מיט אַ וואָך צוריק האָט אַן אומבאַקאַנטער מענטש זיך צוגעטשעפּעט צו איר, ווען זי איז געגאַנגען אין שיל אַרײַן, און געפֿאָדערט בײַ איר אַראָפּצוציִען דאָס קלייד. דענעביים פֿילט זיך אָבער אָפּטימיסטיש: „דער ליובאַוויטשער רבי איז דאָך אַליין געווען אַ רעוואָלוציאָנער‟.