לוויוו וועט אַוועקנעמען די ייִדישע מצבֿות פֿון טראָטואַר

Lviv To Remove Jewish Headstones from Pavement

ייִדישע מצבֿות אײַנגעמויערט אין אַ גאַס־צוים, קראָקע, פּוילן, 1999
Jeffrey Gusky
ייִדישע מצבֿות אײַנגעמויערט אין אַ גאַס־צוים, קראָקע, פּוילן, 1999

פֿון ייִט״אַ

Published March 01, 2013, issue of February 15, 2013.

די אַדמיניסטראַציע פֿון דער אוקראַיִנישער שטאָט לוויוו האָט מסכּים געווען אַוועקצונעמען די ייִדישע מצבֿות, וואָס מע האָט געהאַט געניצט צו ברוקירן דעם טראָטואַר. די מצבֿות שטאַמען פֿון די בית־הקבֿרותן אין דער געגנט, וואָס די נאַציס האָבן חרובֿ געמאַכט. מע וועט זיי אַריבערפֿירן צום איינציקן בית־עולם פֿון דער שטאָט, וואָס איז געבליבן גאַנץ.

די סאָוועטישע רויטע אַרמיי, נאָך דעם ווי זי האָט אַרויסגעטריבן די דײַטשן פֿון לוויוו, האָט געניצט די מצבֿות בײַם ברוקירן די טראָטואַרן אין דער שטאָט, דערציילט מלך שוחט, אַ פֿאָרשטייער פֿון לוויוו בײַם „ייִדישן פֿאַרבאַנד פֿאַר די ייִדן אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד‟. שוין עטלעכע יאָר וואָס ער פּרוּווט פּועלן בײַ דער רעגירונג, זי זאָל אַוועקנעמען די מצבֿות. שוחט האָט דערציילט דער האָלענדישער נײַעס־אינסטאַנץ, „ספּיריט־24‟, אַז אין 1947 האָט די סאָוועטישע מאַכט געניצט די שטיינער צו בויען דעם מאַרק און זיי באַדעקט מיט אַספֿאַלט. אַנדערע האָט מען גלײַך געלייגט אויף דר‘ערד, מיט די ייִדישע אויפֿשריפֿטן פֿון אויבן. די שטאָט לוויוו האַלט איצט אין באַטראַכטן אויפֿצובויען אַ דענקמאָל אויפֿן איינציקן בית־עולם; אפֿשר וועט מען אינעם פּלאַן אינקאָרפּאָרירן די דאָזיקע שטיינער וואָס מע וועט אַרויסגענומען.