באַראַק: אָפּטיילונג איז אַ וואַריאַנט

Barak: Consider Separation

אהוד באַראַק, דער ישׂראלדיקער שוץ-מיניסטער, טרעט אויף בעת דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון „AIPAC‟ אין וואַשינגטאָן, דעם 3טן מערץ
Getty Images
אהוד באַראַק, דער ישׂראלדיקער שוץ-מיניסטער, טרעט אויף בעת דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון „AIPAC‟ אין וואַשינגטאָן, דעם 3טן מערץ

פֿון ייִט״אַ

Published March 04, 2013, issue of March 15, 2013.

ישׂראל. — דער ישׂראלדיקער שוץ-מיניסטער אהוד באַראַק האָט זונטיק געגאָזט, אַז אויב די שלום-פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער וועלן נישט געלינגען, דאַרף ישׂראל נעמען אין באַטראַכט אַ מעגלעכע איינזײַטיקע אָפּטיילונג פֿונעם מערבֿ־ברעג. בעת דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿונעם „אַמעריקאַנער קאָמיטעט פֿאַר ישׂראלדיקע עפֿנטלעכע ענינים‟ (AIPAC) אין וואַשינגטאָן, האָט באַראַק געמאָלדן, אַז זײַן רעגירונג דאַרף זיך צוגרייטן צו אַזאַ מעגלעכן אויסקום, כּדי ישׂראל זאָל זיך נישט פֿאַרוואַנדלען אין אַ בינאַציאָנאַלער מלוכה.

כּדי זיך אָפּטיילן פֿונעם מערבֿ־ברעג, וואָלט ישׂראל געמוזט פּטור ווערן פֿון די ייִשובֿים אויף יענער זײַט פֿונעם זיכערהייט-מויער און אָנהאַלטן אַ מיליטערישן כּוח אינעם טאָל פֿון ירדן, בײַ דער גרענעץ פֿונעם מערבֿ־ברעג און יאָרדאַניע.

באַראַק, וועלכער פֿאַרלאָזט איצט די רעגירונג, איז געווען ביז הײַנט דער הויפּט-שטיצער פֿון ברייטערע פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער אין דער רעגירונג פֿונעם פּרעמיער-מיניסטער בנימין נתניהו. זונטיק האָט באַראַק, אין אַ שמועס מיט די פֿירער פֿון „AIPAC‟, געלויבט נתניהו ווי אַ „דרייסטן‟ שטיצער פֿונעם שלום-פּראָצעס און באַטאָנט, אַז דער פּרעמיער האָט אָפּגעשטעלט די בוי-פּראָיעקטן אין די ייִשובֿים אינעם יאָר 2010. דער שוץ-מיניסטער האָט צוגעגעבן, אַז דער דורכפֿאַל פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען איז געווען, לויט זײַן מיינונג, „על-פּי-רובֿ צוליב די פּאַלעסטינער‟.

באַראַקס רייד וועגן אַ מעגלעכער פֿאַרוואַנדלונג פֿון ישׂראל אין אַ בינאַציאָנאַלער מלוכה זענען געקומען אין אַ צײַט, ווען די ישׂראלדיקע פֿירער זענען פֿאַרנומען, דער עיקר, מיט איראַן און מיט די אָרטיקע סאָציאַלע פּראָבלעמען. „AIPAC‟, די ישׂראלדיקע לאָבי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, פֿאָקוסירט זיך איצט אויף איראַן. צווישן אַנדערער זאַכן, פּרוּווט די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע צו מאַכן זיכער, אַז פּרעזידענט אָבאַמאַ וועט שטיצן ישׂראל, אויב דאָס ישׂראלדיקע מיליטער וועט באַשליסן צו אַטאַקירן איראַן, כּדי אָפּצושטעלן די איראַנישע נוקלעאַרע פּראָגראַם.

באַראַק און דער סענאַטאָר דזשאָן קאָרנין פֿון טעקסאַס האָבן געמאָלדן בעת דער קאָנפֿערענץ, אַז ישׂראל מוז באַקומען „אַ שטאַרקערן הסכּם פֿונעם מערבֿ‟ אינעם פֿאַל פֿון אַ מעגלעכער מלחמה קעגן איראַן. די איראַנישע רעגירונג באַטאָנט, אַז איר נוקלעאַרע פּראָגראַם שטעלט נאָר פֿרידלעכע צוועקן; די מערבֿדיקע אויסשפּיר-אינסטאַנצן טענהן אָבער, אַז איראַן קאָן שוין אין דער נאָענטער צוקונפֿט שאַפֿן דאָס אַטאָם-געווער.