מאַקעדאָניער חורבן־מוזיי געשעדיקט געוואָרן

Macedonian Holocaust Museum Damaged

אַלבאַנער שרײַען אויף מאַקעדאָנישע פּאָליציאַנטן בעת אַ דעמאָנסטראַציע אין סקאָפּדזשע
Getty Images
אַלבאַנער שרײַען אויף מאַקעדאָנישע פּאָליציאַנטן בעת אַ דעמאָנסטראַציע אין סקאָפּדזשע

פֿון ייִט״אַ

Published March 05, 2013, issue of March 15, 2013.

דער ”מאַקעדאָניער חורבן־מוזיי“ האָט געליטן אַ גרויסן היזק בעת די בלוטיקע אומרוען, וואָס זענען אויסגעבראָכן דעם סוף־וואָך אין דער קרוינשטאָט.

אַ גרופּע אַלבאַנישע יוגנטלעכע האָבן אַטאַקירט דעם חורבן־מוזיי אין סקאָפּיע און דעם גלעזערנעם אָפּטייל פֿונעם ”מאַקעדאָניער געשיכטע־מוזיי“. זיי האָבן אויך צעבראָכן עטלעכע פֿענצטער פֿון אַ נײַעם טעאַטער, וואָס מע האַלט אין מיטן בויען.

די אומרוען זענען אויסגעבראָכן דעם 1טן מאַרץ, דורך אַ גרופּע מאַקעדאָניער יונגע לײַט, וועלכע זענען געווען אויפֿגעבראַכט, וואָס די רעגירונג האָט באַשטימט אַן אַלבאַניער, טאַלאַט קסאַפֿערי פֿאַר שוץ־מיניסטער. קסאַפֿערי איז אַ געוועזענער פֿירער פֿון די אַלבאַנישע מיליטאַנטן, וועלכע האָבן געקעמפֿט קעגן דער רעגירונג אין יאָר 2001, גיט איבער די כינעזישע ”גלאָבאַל טײַמס“ (Global Times).

דעם 2טן מאַרץ, האָט די גרופּע אַלבאַניער, וועלכע שטיצן דעם נײַעם שוץ־מיניסטער, דורכגעפֿירט אַ קאָנטער־פּראָטעסט. דאָס מאָל האָט די פּאָליציי געניצט טרערנגאַז, כּדי צו פֿאַרטרײַבן די דעמאָנסטראַנטן. די מאַניפֿעסטאַציעס זענען געוואָרן בלוטיק, און סײַ די מאַקעדאָניער, סײַ די אַלבאַניער האָבן איצט געקעמפֿט קעגן דער פּאָליציי.

אַחוץ די מוזייען און האַלב־געבויטן טעאַטער, האָבן די דעמאָנסטראַנטן חרובֿ געמאַכט אַ צאָל אָפּשטעל־ערטער פֿאַר די אויטאָבוסן, אַראָפּגעריסן געפֿאָר־שילדן, און איבערגעקערט אויטאָס.

די בלוט־פֿאַרגיסונג קומט אַ וואָך נאָך דעם צווייטן יאָרטאָג זינט דער עפֿענונג פֿונעם חורבן־מוזיי.