ווינער געשעפֿט־שול קוקט אויף מערבֿ

Viennese Business School Looks West

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published March 05, 2013, issue of March 15, 2013.

איבער 250 ייִדישע סטודענטן לערנען זיך הײַנט אין דער ”לאַודער געשעפֿט־שול“ — אַ גרויסער אונטערשייד פֿון 10 יאָר צוריק, ווען די שול איז ערשט געגרינדעט געוואָרן. דעמאָלט האָבן זיך בײַ די 15 לערער געלערנט בלויז זיבן סטודענטן.

יוליוס דעם, דער דירעקטאָר פֿון געשעפֿט־אַדמיניסטראַציע־שטודיעס (רעכטס) און אַלעקס צירקלער, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער ”לאַודער געשעפֿט־שול“, בײַם אַרײַנגאַנג צו דער שול אין ווין
Cnaan Liphshiz/JTA
יוליוס דעם, דער דירעקטאָר פֿון געשעפֿט־אַדמיניסטראַציע־שטודיעס (רעכטס) און אַלעקס צירקלער, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער ”לאַודער געשעפֿט־שול“, בײַם אַרײַנגאַנג צו דער שול אין ווין

”איך וויל אַפֿילו נישט דערמאָנען יענע צײַטן,“ האָט באַמערקט אַלעקס צירקלער, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער שול. צירקלער, אַ געבוירענער אין ווין, אַרבעט אין דער אינסטיטוציע זינט דער אַמעריקאַנער קאָסמעטיק־מאַגנאַט און ייִדישער פֿילאַנטאָפּ, ראָנאַלד לאַודער, האָט זי געגרינדעט פֿאַר יונגע ייִדן אין אייראָפּע.

זינט דעמאָלט האָט די סטודענטנשאַפֿט זיך שטאַרק צעוואַקסן, אַ דאַנק די יונגע לײַט פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וועלכע באַטרעפֿן הײַנט 70% פֿון די תּלמידים. די שול גיט זיי אַ זעלטענע געלעגנהייט צו קריגן אַ סובסידירטע מערבֿדיקע בילדונג.

LBS, ווי די שול רופֿט זיך, רעכנט בלויז 7,000$ אַ יאָר פֿאַר סטודענטן מחוץ דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. דאָס נעמט אַרײַן די וווינונג, דרײַ כּשרע מאָלצײַטן אַ טאָג און אַ פּראָגראַם פֿון ייִדישע שטודיעס, וואָס זיי מוזן נעמען אין איינעם מיט די געשעפֿט־קלאַסן.

אָבער איצט, אַז LBS דערנענטערט זיך צו איר 10טן יוביליי, ווילן די שול־דירעקטאָרן זוכן אַ בעסערע באַלאַנס צווישן די מיזרחדיקע און מערבֿדיקע סטודענטן. בלויז דעמאָלט, זאָגן זיי, וועט מען קאָנען פֿאַררעכענען די שול ווי אַן אמתער ייִדישער שמעלצטאָפּ.

”מענטשן קומען זיך לערנען דאָ, כּדי זיך צו באַקענען מיט אַנדערע ייִדן אין אַן אינטערנאַציאָנאַלער סבֿיבֿה,“ האָט באַמערקט יעקבֿ בידערמאַן, אַ ישׂראל־געבוירענער חב״ד־רבֿ און דער פֿאָרזיצער פֿון LBS. ”אונדזערע סטודענטן ווילן נישט זײַן בלויז מיט די פֿראַנצויזישע אָדער אוקראַיִנישע סטודענטן.“

בידערמאַן האַלט, אַז LBS וואָלט געקאָנט צוציִען מער מערבֿדיקע סטודענטן, וועלכע זוכן אַן אינסטיטוציע, וואָס קאָמבינירט אַ סעקולערע בילדונג פֿון אַ הויכער קוואַליטעט, מיט אַ פּראָגראַם פֿון ייִדישע שטודיעס — ענלעך צו דער פּראָגראַם אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט אָדער בראַנדײַס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

די גראַדואַנטן פֿון LBS האָבן אָפֿט מאָל אַ סך הצלחה בײַם געפֿינען אַרבעט. גאַבאָר, אַ סטודענט, וועלכער האָט נישט געוואָלט אָנגעבן זײַן פֿאַמיליע, איז געקומען פֿון בודאַפּעשט אין יאָר 2005. ער אַרבעט איצט אין אַ באַנק אין ווין. ”ווען מע גראַדויִרט פֿון אַן עסטרײַכישער אינסטיטוציע, איז עס אַ סך גרינגער צו געפֿינען אַרבעט,“ האָט ער באַמערקט.

אויך פֿון אַ פֿיזישן שטאַנדפּונקט איז די שול זייער אימפּאָנירנדיק. דער קאַמפּוס געפֿינט זיך אין אַ פּאַלאַץ פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, וואָס האָט אַ מאָל געהערט צו דער פּרינצעסין מאַריאַ טערעזאַ.

יעדעס יאָר באַשליסן אַ צאָל פֿון די גראַדואַנטן צו בלײַבן אין ווין און שפּעטער האָבן זיי טאַקע חתונה מיט ווינער ייִדן, זאָגט בידערמאַן. עד־היום זענען שוין פֿאָרגעקומען 30 חתונות פֿון געוועזענע סטודענטן, וועלכע האָבן זיך באַקענט אין LBS.

”לעצטנס, האָבן מיר באַקומען אַ פּאָסטקאַרטל פֿון ישׂראל, מיטן בילד פֿון אַן עופֿעלע, וואָס איז געבוירן געוואָרן בײַ צוויי פֿון אונדזערע גראַדואַנטן,“ האָט בידערמאַן געזאָגט. ”מיר רופֿן זיי LBS־עופֿעלעך.“