„קאַלעוואַלע‟ און „שמואל-בוך‟

Kalevala and Shmuel-Bukh


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 05, 2013, issue of March 15, 2013.

דעם 6סטן מאַרץ, וועט אינעם „דײַטשישן הויז‟ (Deutsches Haus) בײַם קאָלומביע-אוניווערסיסטעט, פֿאָרקומען דער יערלעכער „קאַלעוואַלע-מאַראַטאָן‟, אין שײַכות מיטן נאַציאָנאַלן קאַלעוואַלע-טאָג, וועלכער איז אָפּגעמערקט געוואָרן אין פֿינלאַנד דעם 28סטן פֿעברואַר. דאָס „דײַטשישע הויז‟ איז געגרינדער געוואָרן אינעם יאָר 1911 ווי אַ צענטער פֿון דײַטש-שטודיעס, און דינט ווי אַן אָרט פֿון פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען מיט אַן אייראָפּעיִשן טעם. די באַטייליקטע אינעם פּאָעטישן מאַראַטאָן, וועלכער וועט דויערן פֿון 5 ביז 9 אַזייגער אין אָוונט, וועלן פֿאָרלייענען פֿראַגמענטן פֿונעם באַרימטן פֿינישן עפּאָס אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ייִדיש. פֿאַר מער אינפֿאָרמאַציע ווענדט זיך אַהער:

http://www.columbia.edu/event/seventh-multilingual-kalevala-marathon-63665.html

„קאַלעוואַלע‟ איז איינס פֿון די וויכטיקסטע און אינטערעסאַנטסטע עפּישע ווערק אין דער וועלט, באַגרינדעט אויף דער אוראַלטער פֿינאָ-אוגרישער מיטאָלאָגיע. בײַם אָנהייב פֿון דער ריזיקער פּאָעמע, וואָס באַשטייט פֿון 22,795 שורות, גייט אַ רייד וועגן דעם, ווי די וועלט איז געבוירן געוואָרן פֿון אַן איי. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער דאָזיקער מעטאַפֿיזישער סוזשעט טרעפֿט זיך אויך אין די קבלה-ספֿרים. די פֿאַרשיידנאַרטיקע מעשׂיות, וואָס פּאַסירן מיט די העלדן פֿון דער פּאָעמע אין געהיימנישפֿולע לענדער, זענען אויסערגעוויינטלעך ראָמאַנטיש און באַצויבעריש. די הײַנטיקע אָנגענומענע פֿאָרעם פֿון „קאַלעוואַלע‟ איז אַ באַאַרבעטונג פֿונעם פֿינישן שפּראַכן-קענער עליאַס לענראָט, וועלכער האָט געזאַמלט די פֿאָלקלאָרישע לידער אַרום דעם לאַנד אינעם 19טן יאָרהונדערט, און צונויפֿגעשטעלט פֿון זיי אַן איינהייטלעך ווערק.

הערש ראָזענפֿעלדס איבערזעצונג פֿון „קאַלעוואַלע‟
הערש ראָזענפֿעלדס איבערזעצונג פֿון „קאַלעוואַלע‟

דער גרויסער פֿינישער עפּאָס האָט געווירקט אויף אַ צאָל שפּעטערדיקע דיכטער — צום בײַשפּיל, אויף דער סוררעאַליסטישער פּאָעמע „עוועגינגאָ‟ פֿונעם ווילנער ייִדישן פּאָעט לייזער וואָלף. הערש ראָזענפֿעלד האָט אינעם יאָר 1954 אַרויסגעגעבן זײַן טיילווײַזע ייִדישע איבערזעצונג פֿון „קאַלעוואַלע‟, וועלכע מע פּלאַנירט פֿאָרצולייענען בעת דער דערמאָנטער אונטערנעמונגע בײַ דעם קאָלומביע-אוניווערסיטעט. אַחוץ ראָזענפֿעלדן, האָבן אַ צאָל אַנדערע ייִדישע פּאָעטן געשאַפֿן זייערע אייגענע איבערזעצונגען פֿון פֿאַרשיידענע „קאַלעוואַלע‟-פֿראַגמענטן.

וואָס טוט זיך, אָבער, מיט דער עפּישער פּאָעזיע בײַ ייִדן אַליין? די וועבזײַט פֿון דער אַלטער „ייִדישער ענציקלאָפּעדיע‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם יאָר 1906 און איצט אַרויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ, טיילט מיט, אַז איינע פֿון די ערשטע באַקאַנטע עפּישע פּאָעמעס בײַ ייִדן איז געווען שלמה דע אָליוויעראַס „אילת אהבֿים‟, פּובליקירט אין אַמסטערדאַם אינעם יאָר 1665. פֿאַר דעם, במשך פֿונעם גאַנצן מיטל־עלטערלעכן פּעריאָד, האָבן ייִדן, כּלומרשט, קיינמאָל נישט געשריבן קיין עכטע עפּישע ווערק. דער קורצער ענציקלאָפּעדישער אַרטיקל דערציילט בלויז וועגן אַ צאָל שפּעטערדיקע העברעיִשע ווערק — דער עיקר, פֿון ווייניק-באַקאַנטע משׂכּילישע מחברים.

אינעם אינדעקס פֿון דער הײַנטצײַטיקער „ייִדישער ענציקלאָפּעדיע‟, Encyclopedia Judaica, פֿונעם יאָר 1972, איז פֿאַראַן בלויז אַ פֿאַררופֿונג וועגן דעם אוראַלטן שומערישן עפּאָס. ווען מע לייענט אויפֿמערקזאַם דעם אַרטיקל וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, באַמערקט מען אָבער, אַז אינעם 15־16טן יאָרהונדערט איז בײַ די אַשכּנזישע ייִדן געווען אַ גאַנצע עפּישע ליטעראַטור, באַגרינדעט אויף תּנ״כישע סוזשעטן. אויב עס גייט אַ רייד וועגן מיזרחדיקע ייִדן, קאָן מען אויסגעפֿינען אַ סך מער אינפֿאָרמאַציע אויף דער וועבזײַט פֿון דער „איראַנישער ענציקלאָפּיע‟. למשל, דער גרויסער ייִדיש־פּערסישער פּאָעט סאַכין פֿון שיראַז האָט אינעם 14טן יאָרהונדערט געשאַפֿן אַ גאַנצע ריי עפּישע פּאָעמעס, וועלכע דערציילן וועגן דער מלך כּורש, דער זון פֿון אסתּר און אַחשוורוש, אַחשוורושס שניר מאַכזאַד, אַ כינעזישע פּרינצעסן און אַנדערע פּערסאָנאַזשן; פֿאַרשיידענע פּערסישע און ייִדישע לעגענדעס ווערן אין אַזעלכע ווערק אינגאַנצן צונויפֿגעשמאָלצן.

די עפּישע פּאָעמע „דוכּוס האָראַנט‟ אינעם אַלט-ייִדישן כּתבֿ-יד פֿונעם יאָר 1382
די עפּישע פּאָעמע „דוכּוס האָראַנט‟ אינעם אַלט-ייִדישן כּתבֿ-יד פֿונעם יאָר 1382

לאָמיר זיך אָבער אומקערן צו ייִדיש. אין דער קאַיִרער גניזה איז אָפּגעהיט געוואָרן אַ ייִדישער כּתבֿ־יד פֿונעם יאָר 1382, וועלכער אַנטהאַלט, צווישן אַנדערע פּאָטעישע ווערק, צוויי רעלאַטיוו-קורצע עפּישע פּאָעמעס מיט די נעמען „אַבֿרהם-אָבֿינו‟ און „יוסף-הצדיק‟, און דעם לאַנגן עפּאָס „דוכּוס האָראַנט‟. עס באַקומט זיך, אַז די אייראָפּעיִשע ייִדן אין יענער תּקופֿה האָבן סײַ געשריבן עפּישע ווערק וועגן די תּנ״כישע העלדן, סײַ אַדאַפּטירט די אָרטיקע נישט-ייִדישע לעדענדעס וועגן העלדן און קיניגן. אַ טייל פֿאָרשער טענהן, אַז „דוכּוס האָראַנט‟ איז בלויז אַ דײַטשישער טעקסט, פֿאַרשריבן מיט ייִדישע אותיות. אַז מע קוקט זיך גוט אַרײַן, באַמערקט מען אינעם טעקסט אַזעלכע ווערטער ווי „און‟ און „יאָר‟, ווי אויך אַנדערע ייִדישלעכע שפּראַך-עלעמענטן, וואָס שיידן זיך שוין אונטער פֿון דײַטש.

ס׳זעט אויס, אַז די אַשכּנזישע ייִדן, נישט געקוקט אויף אַלע רדיפֿות, האָבן זיך געפֿילט ווי אַ טייל פֿונעם אָרטיקן קולטורעלן לאַנדשאַפֿט, און מיט פֿאַרגעניגן איבערדערציילט אויף זייער היימישער שפּראַך און שטייגער די פּאָעמעס וועגן דעם קיניג אַרטור, דעם ריטער באָווע און אַנדערע באַרימטע העלדן פֿון אייראָפּעיִשע פֿאָלק־לעגענדעס.

בײַם סוף פֿון אַ פּאַריזער כּתבֿ-יד, אָנגעשריבן אינעם 16טן יאָרהונדערט, שטייט דער נאָמען „משה עשׂרים-ואַרבע‟, ווי דער „שרײַבער‟ פֿון דער גרויסער פּאָעמע „שמואל-בוך‟, וואָס באַשטייט פֿון 1,792 פֿיר-שורותדיקע פֿערזן, וווּ אַזעלכע תּנ״כישע פּערסאָנאַזשן, ווי שמואל, שאול און דוד ווערט געשילדערט ווי עפּישע העלדן, וועלכע לעבן אין דער מיטל-עלטערלעכער אַטמאָספֿער, וווּ ריטערישע טורנירן און ראָמאַנטישע מעשׂיות גייען האַנט בײַ האַנט מיט די תּלמודישע אַגדות.

ס׳איז נישט קלאָר, ווי דער דערמאָנטער מענטש, וועלכער האָט געזאַמלט געלט אין טערקײַ פֿאַר דער ייִדישער קהילה אין ירושלים אינעם יאָר 1487, איז טאַקע געווען דער מחבר, אַ רעדאַקטאָר אָדער סתּם אַן איבערשרײַבער. מאַקס ווײַנרײַך האָט געהאַלטן, אַז די פּאָעמע קאָן זײַן היפּש עלטער.

צו דער זעלבער תּקופֿה געהערט אויך דאָס אַנאָנימע עפּישע ווערק „שמואל-בוך‟, וווּ דער זעלבער אייראָפּעיִש־ייִדישער געשמעלץ ווערט אויסגעדריקט אויף אַן אַנדער אופֿן. אַנשטאָט ריכטער-געפֿעכטן און שלאַכט-סצענעס, פֿאָקוסירט זיך די פּאָעמע אויף אַזעלכע מעשׂיות, ווי די וווּנדערלעכע באַגעגעניש פֿון שלמה המלך מיט אַשמדאי, דער קיניג פֿון שדים.

אין אַ גאַנצער ריי לאַנגע פּאָעמעס, וועלכע זענען אָפּגעהיט געוואָרן פֿון יענער תּקופֿה, ווערט פֿאַקטיש דער גאַנצער תּנ״ך איבערדערציילט אויף אַן ענלעכן אופֿן. אַ טייל זענען אַנאָנים, ווי עס טרעפֿט זיך אָפֿט מיטן פֿאָלק-עפּאָס, און אַ טייל טראָגן דעם נאָמען פֿון מחברים. למשל, גומפּערכט פֿון שעבערשין, אַ פּויליש שטעטל, האָט אָנגעשריבן אַן עפּיש ווערק וועגן יהודית — די באַרימטע ייִדישע העלדין, וועלכע האָט מסכּים געווען צו לייגן זיך מיטן בייזן גריכישן קיניג האָלאָפֿערנעס, כּדי אָפּצוהאַקן זײַן קאָפּ בשעתן שלאָפֿן.

אַ זײַט פֿונעם „שמואל-בוך‟, אַרויסגעגעבן אין באַזל, אין 1612
אַ זײַט פֿונעם „שמואל-בוך‟, אַרויסגעגעבן אין באַזל, אין 1612

דאָס „שמואל-בוך‟ און אַ ריי אַנדערע ווערק פֿון דעם מין זענען אָנגעשריבן אין דער זעלבער פּאָעטישער מאָס, ווי דאָס דײַטשישע „ניבעלונגען-ליד‟, כאַראַקטעריסטיש פֿאַר עפּישע ווערק. ייִדן פֿלעגן עס זינגען מיט אַ געוויסן באַקאַנטן ניגון און האָבן עס בפֿירוש באַטראַכט ווי אַן אייגענעם עפּאָס.

מע קאָן זאָגן, אַז די ייִדישע טראַדיציע פֿון עפּישע פּאָעמעס איז באַשיידן, אין פֿאַרגלײַך מיט דער גאָר אָריגינעלער און אוניקאַלער פֿינישער „קאַלעוואַלע‟. ס׳איז אויך קלאָר, אַז אַ סך פֿעלקער באַגייען זיך גאַנץ פֿײַן אָן אַזעלכע ווערק — למשל, די באַסקן. די ייִדישע טראַדיציע שטייט אָבער אויף דער זעלבער מדרגה, ווי אַ סך אַנדערע עפּישע ווערק פֿון מערבֿ־ און מיזרח-אייראָפּע.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.