פּרעזידענט פֿון ווענעזועלאַ, געשטאָרבן

Anti-Israel President of Venezuela, Dies

אַ ניקאַראַגואַנער שטיצער פֿונעם ווענעזועלער פּרעזידענט הוגאָ שאַוועז האַלט אַ פּאָרטרעט פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם פֿירער בעת אַ לוויה-צערעמאָניע אין מאַנאַגואַ, דעם 5טן מאַרץ
Getty Images
אַ ניקאַראַגואַנער שטיצער פֿונעם ווענעזועלער פּרעזידענט הוגאָ שאַוועז האַלט אַ פּאָרטרעט פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם פֿירער בעת אַ לוויה-צערעמאָניע אין מאַנאַגואַ, דעם 5טן מאַרץ

פֿון ייִט״אַ

Published March 06, 2013, issue of March 15, 2013.

אוגאָ שאַוועז, דער לאַנג־יאָריקער פּרעזידענט פֿון ווענעזועלאַ, וועלכער האָט אָפֿט פּראָקלאַמירט זײַנע אַנטי־ישׂראלידקע סענטימענטן און האָט מקרבֿ געווען דעם איראַנער פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד, איז נעכטן געשטאָרבן. ער איז אַלט געווען 58 יאָר און האָט געפֿירט דאָס דרום־אַמעריקאַנער לאַנד 14 יאָר, האָט מודיע געווען אויף טעלעוויזיע דער וויצע־פּרעזידענט ניקאָלאַ מאַדוראָ.

אַן אַנטי־קאַפּיטאַליסט, איז שאַוועז געקומען צו דער מאַכט אין 1999 מיט דער גאַנצער שטיצע פֿון די אָרעמע־לײַט אין לאַנד. נישט געקוקט אויף דעם וואָס ער איז געווען קראַנק, האָט מען אים אויסגעוויילט נאָך אַ מאָל אין 2011. אין קובאַ האָט ער דורכגעמאַכט פֿיר אָפּעראַציעס; די לעצטע — אין דעצעמבער 2012.

די ייִדישע קהילה האָט געהאַט אָנגעשטרענגטע באַציִונגען מיט דער שאַוועז־רעגירונג. אין 2009, האַלט מען, האָט די רעגירונג געהאָלפֿן מיט אַן אַטאַק אויף אַ סינאַגאָגע אין קאַראַקאַס, און מע האָט אַרעסטירט עטלעכע פּאָליציאַנטן, וואָס האָבן אין דעם אָנטייל גענומען. ווענעזועלאַ האָט אָפּגעהאַקט די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל סוף דעצעמבער 2008, און אַרויסגעשיקט דעם ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר און זײַן שטאַב. אין מײַ 2010, נאָכן פֿלאָטיליע־אינצידענט לעבן עזה, אין וועלכן נײַן טערקן זענען אומגעקומען, האָט שאַוועז אָנגערופֿן ישׂראל „אַ גענאָצידישע מלוכה‟ אין אַ טעלעוויזיע־טראַנסמיסיע. ער האָט דעמאָלט אויך געזאָגט, אַז „ישׂראל גיט געלט צו דער ווענעזועלער אָפּאָזיציע. ס‘זענען אַפֿילו פֿאַראַן גרופּעס ישׂראלדיקע טעראָריסטן פֿונעם ׳מוסד׳, וואָס ווילן מיך דערהרגענען‟, האָט ער דערציילט דעם גאַנצן לאַנד. ער האָט צוגעגעבן, אַז די ווענעזועלער ייִדן וואָלטן קיין מאָל נישט געהאַלטן פֿון אַזאַ אַכזריות‟.

אוגאָ שאַוועז איז געווען אַן אַנטי־אַמעריקאַנער און אַ סאָציאַליסטישער פֿירער וואָס האָט פֿאַרקלענערט די אָרעמקייט אין לאַנד, פֿאַרברייטערט די געזונט־פֿאַרזאָרגונג און דערציִונג פֿאַר די אָרעמע־לײַט, אָבער, אין דער זעלבער צײַט, זיך נישט געפֿירט דעמאָקראַטיש און אונטערגעדיקט די פֿרײַע פּרעסע. אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן קאַדענץ איז זיך צעפֿאַלן די עקאָנאָמיע אין ווענעזועלע און די צאָל פֿאַרברעכנס איז שטאַרק געוואַקסן.