אָהײַאָ אינוועסטירט אין ישׂראל

Ohio Invests in Israel

Published March 07, 2013, issue of March 15, 2013.

דער שטאַט אָהײַאָ האָט לעצטנס געקויפֿט אויף 42 מיליאָן דאָלאַר ישׂראל־באָנדס — די גרעסטע אינוועסטיציע אין ישׂראל־באַנדס פֿון אַלע רעגירונגען אין דער געשיכטע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. צוזאַמען מיט אָהײַאָס פֿריִערדיקער אינוועסטיציע אין ישׂראל־באָנדס, איז דער סך־הכּל איצט מער ווי 80 מיליאָן דאָלאַר.

דער פֿינאַנץ־סעקרעטאַר פֿון אָהײַאָ, דזשאַש מאַנדעל
דער פֿינאַנץ־סעקרעטאַר פֿון אָהײַאָ, דזשאַש מאַנדעל

„מיר האַלטן, אַז דאָס איז אַ גוטע אינוועסטירונג פֿאַר די שטײַער־צאָלער אין אָהײַאָ, און עס שטימט מיט אונדזער סטראַטעגיע פֿון מאַכן פֿאַרלאָזלעכע, פֿעיִקע אינוועסטיציעס,‟ האָט דערקלערט דער פֿינאַנץ־סעקרעטאַר פֿון אָהײַאָ, דזשאָש מאַנדעל, בעת אַן אינטערוויו מיט דער „קליוולאַנד דזשויִש ניוס‟ (Cleveland Jewish News).

מאַנדעל דינט ווי דער פֿינאַנץ־סעקרעטאַר פֿון אָהײַאָ זינט יאַנואַר 2011.

מײַקל סיגל, אַ מיטגליד פֿון דער עקזעקוטיווע פֿון „ישׂראל־באָנדס‟, האָט געזאָגט, אַז די קאָרפּאָראַציע איז גליקלעך, וואָס אָהײַאָ האָט זיך נישט געקווענקלט צו קויפֿן די ישׂראל־באָנדס. „דער ביוראָ פֿונעם פֿינאַנץ־אָפּטייל האָט ריכטיק געטאָן צו שטיצן מדינת־ישׂראל דורך מאַכן אַ גרויסע אינוועסטיציע לטובֿת אָהײַאָ, וואָס וועט זיכער אַרײַנברענגען אַ גוטן רווח,‟ האָט סיגל באַטאָנט.

טאָמאַס לאַקשין, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿאַר ישׂראל־באָנדס אין אָהײַאָ און קענטאָקי, האָט דערקלערט, אַז אָהײַאָ האָט געקאָנט קויפֿן די באָנדס, אַ דאַנק צוויי וויכטיקע געשעענישן במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר.

„ערשטנס — האָט לאַקשין געזאָגט — האָט אָהײַאָ אין יאָר 1993 דורכגעפֿירט אַ געזעץ, וואָס דערלויבט דעם שטאַט צו אינוועסטירן אין אויסלענדישע באָנדס. צווייטנס, האָט די אָהײַאָ־לעגיסלאַטור אין 2010 דערלויבט דעם פֿינאַנץ־אָפּטייל פֿונעם שטאַט צו פֿאַרגרעסערן זײַן חובֿ־פֿאַרדינסט אין אויסלאַנד — פֿון 1/2% ביז 1% פֿונעם שטאַטס פּאָרטפֿעל.‟

די קאָרפּאָראַציע פֿון „ישׂראל־באָנדס‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1951, כּדי צו דערמעגלעכן די אינוועסטיציעס פֿונעם ישׂראלדיקן פֿינאַנץ־מיניסטעריום. זי איז איינע פֿון די וויכטיקסטע עקאָנאָמישע און סטראַטעגישע רעסורסן פֿון מדינת־ישׂראל, גיט איבער די וועבזײַט, israelbonds.com.