איז סאַודיע גרייט צו לאָזן פֿרויען אַרבעטן?

Is Saudi Arabia Ready to Let Women Work?

סאַודישע פֿרויען בײַם ביכער־יריד אין דער קרוינשטאָט רייִאַד
Getty Images
סאַודישע פֿרויען בײַם ביכער־יריד אין דער קרוינשטאָט רייִאַד

פֿון שבֿע כּהן

Published March 07, 2013, issue of March 15, 2013.

דעם לעצטן אָקטאָבער האָט דער פֿאָרזיצער פֿון דער סאַודישער קאַמיסיע פֿון אונטערשטיצן גוטע מידות און פֿאַרהיטן נאַכלעסיקייט (די מאָראַלישקייט-פּאָליציי) אַנאָנסירט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע וועט אַנהייבן אײַנשליסן אויך פֿרויען. אין דעצעמבער האָט אַ גרופּע פֿון מאָראַלישקייט-פּאָליציאַנטן געסטראַשעט, אז זי וועט פֿאַרשטעלן דעם אַרבעט-מיניסטער ער זאָל שטאַרבן פֿון ראָק, אויב ער וועט נישט אָפּהאַלטן די פֿאָרשיידענע פּראָגראַמען צו שאַפֿן שטעלעס פֿאַר סאַודישע פֿרויען.

אין סאַודיע עקזיסטירט נישט קיין חילוק צווישן דער רעליגיעזע און פּאַליטישע אויטאַריטעט. די סאַוד־משפּחה האַלט צו איר מאַכט צוליב דעם, וואָס זי ווערט געשטיצט פֿון די „וואַהאַביס‟, אַן איסלאַמישע באַוועגונג וואָס האַלט, אַז אַלע חידושים אין איסלאַם זײַנען כּפֿירה און עבֿודה-זרה. אי די סאַוד־ משפּחה אי די וואַהאַביס זענען געוואָרן אַקטיוו אין דעם 18טן יאָרהונדערט אין דעם קאָנסערוואַטיוון ראַיאָן „נאַדזשד‟, וואָס געפֿינט זיך אין מיטן דעם אַראַבישן האַלב-אינדזל. זיי האָבן חתונה געהאַט צווישן זיך און געקעמפֿט צוזאַמען ביז דער סאַוד־משפּחה האָט דעראָבערט דעם גאַנצן האַלב-אינדזל, אַחוץ תּימן, אָמאַן, און עטלעכע פּרינציפּאַליטעטן וואָס זײַנען געווען באַשיצט פֿון דער בריטישער אימפּעריע.

די נאָענטקייט צווישן דער סאַוד־משפּחה און די וואַהאַביס בלײַבט שטאַרק ביז הײַנט צו טאָג. אייגענטלעך, קען דער מלך גאַרנישט טאָן אָן דעם וואָס די וואַהאַביס זאָלן מסכּים זײַן. אָבער אַז מע האָט אַ קריזיס — די ערשטע גאָלף-מלחמה אָדער טעראָריסטן אין דעם הויפּט-מעטשעט אין מעקאַ — קען מען זײַן זיכער, אַז די וואַהאַביס וועלן געפֿינען עפּעס אַ דערלויבעניש, אַז די סאַוד־ משפּחה זאָל קענען טאָן וואָס זי דאַרף. אויך די מאָראַלישקייט־פּאָליציי איז אַן אַנטוויקלונג פֿון דער טראָדיציע פֿון נאַדזשד, וווּ מענטשן האָבן זיך אַרומגעדרייט פֿרײַוויליק אין דער געזעלשאַפֿט כּדי צו האַלטן אַן אויג אויף די עבֿירות פֿון אַנדערע. ביז הײַנט איז ס‘רובֿ מיטגלידער פֿון דער אָרגאַניזאַציע פֿרײַוויליק און אומפֿאָרמעל.

דער איצטיקער מלך אַבדאַלאַ ווערט געהאַלטן ווי רעלאַטיוו פּראָגרעסיוו וואָס שײַך פֿרויען-רעכט. ער איז געווען דער ערשטער וואָס האָט ארײַנגעלאָזט פֿרויען אין דעם ראַטגעבער-קאַנסיליום, וואָס פֿונקציאָנירט ווי אַ פּאַרלאַמענט. אויסער דעם, האָט ער אויך אַן עקאָנאָמישע סיבה צו דערמוטיקן מער פֿרויען צו אַרבעטן. די ראַטע אַרבעטסלאָזקייט צווישן די בירגער איז זייער הויך, ספּעציעל צווישן די פֿרויען, וואָס האָבן געענדיקט די אוניווערסיטעטן. זיי האָבן ווי אין אָנדערע מדינות פֿונעם גאָלף, אָ שטאַרקערע פּרעפֿערענץ צו אַרבעטן בײַ דער רעגירונג, איידער אינעם פּריוואַטן סעקטאָר. דער מצבֿ אין סאַודיע איז אַפֿילו ערגער, ווײַל נאָר 12% פֿון אָט די פֿרויען אַרבעטן בכלל.

אין סאַודיע וויל מען נישט, אַז די פֿרויען און מענער זאָלן אַרבעטן צוזאַמען אויף איין אָרט. פֿרויען טאָרן נישט פֿירן קיין אויטאָ, איז זיי שווער צו פֿאָרן צו דער אַרבעט. אויב אַ פֿרוי וויל אַרבעטן אויף אַ האַלבער שטעלע קען זי נישט, ווײַל מע האָט נישט אַזוינע שטעלעס פֿאַר פֿרויען. אין אַ נײַער פּראָגראַם - „האָפֿעז” וואָס העלפֿט אַרויס די סאַודישע בירגער צו זוכן אַרבעט אינעם פּריוואָטן סעקטאָר, זײַנען דרײַ פֿערטל פֿון די אַרבעטלאָזע־פֿרויען. עס זענען פּשוט נישטאָ קיין אַרבעט-געלייגנהייטן פֿאַר פֿרויען.

פֿון איין זײַט, מוז די רעגירונג געפֿינען שטעלעס פֿאַר פֿרויען, אויב זי וויל נישט האָבן שטאַרקע פּראָטעסטן קעגן אַרבעטסלאָזקייט. דער מצבֿ איז געוואָרן אַפֿילו מער קריטיש נאָך דעם „אַראַבישן פֿרילינג‟. פֿון דער צווייטער זײַט, איז נאָך נישט אָנגענומען אין דער סאַודישער געזעלשאַפֿט, אַז פֿרויען און מענער זאָלן אַרבעטן צוזאַמען, און די פֿרויען זאָלן זיך אַרומדרייען סתּם אַזוי אויף דער גאַס. אַלע איניציאַטיוון צו געפֿינען אַרבעט פֿאַר זיי דאַרפֿן האָבן אַ הסכּמה פֿון עקספּערטן אין שאַריאַט (איסלאַמישע הלכה).

דער אָרבעט-מיניסטעריום האָט אָנגעהויבן זייער איידל; די פֿרויען מעגן אַרבעטן אין די קלייטן, וווּ אַלע קונים זענען פֿרויען: אונטערקליידונג, קליידער און קאָסמעטיק. מע הייבט אָן אויך בויען אינדוסטריעלע שטעט נאָר פֿאָר פֿרויען. דיסקרימינאַציע קעגן חתונה-געהאַטע איז געוואָרן אומלעגאַל. אַזוינע איניציאַטיוון העלפֿן, אָבער זיי זענען נאָך ווייניק. זיי לייזן נישט די פּראָבלעמען פֿון פֿרויען, וואָס האָבן נישט די מעגלעכקייט צו פֿאָרן צו דער אַרבעט אָדער זײַנען “צו” געבילדעט, דאָס הייסט, פֿאַרמאָגן אַן אַקאַדעמישן טיטל.

דער אַרבעט-מיניסטעריום טוט אַלץ, כּדי אויסצומײַדן די שטרויכלונגען, אָבער עס דויערט זייער לאַנג און די רעזולטאַטן זײַנען נאָך נישט קלאָר. דערווײַל האָט מען אויפֿגערייצט סײַ די רעליגיעזע פֿאַנאַטיקער, סײַ די 200 מאָראַלישקייט־פּאָליציאַנטן, אין שפּיץ מיט זייער פֿאָרזיצער, שייך אַבדול-לאַטיף אַל-שייך. זיי טענהען, אַז מע טוט נישט גענוג אָפּצוהיטן די פֿרויען וואָס אַרבעטן אין די קלייטן, זיי זאָלן נישט האָבן קיין שום אינטעראַקציע מיט די מענער.

עס שײַנט, אַז מע קען נישט העלפֿן די סאַודישע פֿרויען מיט רייד פֿון מענטשן-רעכט און סעקולאָריזם. איסלאַם איז זייער מערקווערדיק אין דער סאַודישער געזעלשאַפֿט און עס איז שווער צו זען ווי מע וועט קענען אײַנפֿירן געזעצן, וואָס שטימען נישט מיט דער וואַהאַבישער שיטה פֿון איסלאַם.

סאַודישע פֿרויען וועלן קריגן פֿרײַהייט נאָר דעמאָלט, ווען זייערע שטיצער וועלן פֿאַרשטיין און וועלן גרייט זײַן מיטצואַרבעטן מיט דער סיסטעם.