ווערט „אייפּעק‟ פּראָגרעסיוו?

Is AIPAC Turning Progressive?

דער ספּיקער פֿון דער קאַליפֿאָרניער שטאַט־אַסעמבלעע, דזשאָן לאָפּעז — איינער פֿון די רעדנער אויף דער „אייפּעק‟־קאָנפֿערענץ — איז אַ האָמאָסעקסואַלער לאַטינאָ
Courtesy of AIPAC
דער ספּיקער פֿון דער קאַליפֿאָרניער שטאַט־אַסעמבלעע, דזשאָן לאָפּעז — איינער פֿון די רעדנער אויף דער „אייפּעק‟־קאָנפֿערענץ — איז אַ האָמאָסעקסואַלער לאַטינאָ

פֿון נתן גוטמאַן (Forward)

Published March 11, 2013, issue of March 15, 2013.

נאָך אַ סך יאָרן ווי „אייפּעק‟, דער פּראָ־ישׂראלדיקער לאָבי אין וואַשינגטאָן, זוכט שטיצע בײַ די קאָנסערוואַטיווע עוואַנגעלישע קריסטן, באַמיט זי איצט צוצוציִען דעם פּראָגרעסיוון לאַגער.

בעת איר יערלעכער קאָנפֿערענץ, האָבן די „אייפּעק‟־אַקטיוויסטן אַרומגערעדט די מעגלעכע סטראַטעגיעס צוצוציִען די ליבעראַלע דעמאָקראַטן, דורך שילדערן ישׂראל מחוץ די ראַמען פֿונעם קאָנפֿליקט מיט די פּאַלעסטינער. במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר איז אָט דער קאָנפֿליקט אָפֿט קריטיקירט געוואָרן מצד די פּראָגרעסיווע דעמאָקראַטן.

די „אייפּעק‟־אַקטיוויסטן פּלאַנירן איצט צו שילדערן ישׂראל ווי אַ לאַנד, וווּ די אידעאַלן פֿון די פּראָגרעסיווע אַמעריקאַנער זענען טאַקע מקוים געוואָרן, ווי, למשל, אַ וואָלוועלע געזונט־באַדינונג פֿאַר אַלע בירגער; האָמאָסעקסועלע רעכט, און דאָס אַרײַנשליסן פֿאַרשידענע מינאָריטעטן־גרופּעס.

„מיר, פּראָגרעסיווע אַמעריקאַנער, דאַרפֿן זיך אויך לאָזן הערן,‟ האָט דערקלערט אַן לויִס, אַ געוועזענע קאָמוניקאַציע־דירעקטאָרין פֿאַר פּרעזידענט ביל קלינטאָן. במשך פֿון די לעצטע דרײַ יאָר, האָט לויִס געפֿירט דעלעגאַציעס קיין ישׂראל דורך דער פֿרויען־גרופּע, American Israel Education Fund, וווּ זי האָט געפּרוּווט אַרײַנברענגען ליבעראַלע פֿרויען אינעם פּראָ־ישׂראלדיקן לאַגער.

ביז איצט זענען די פּראָגרעסיווע דעמאָקראַטן געווען אַ שווערע גרופּע אַרײַנצוציִען, זאָגן די פּראָ־ישׂראלדיקע אַקטיוויסטן. לויט אַ צאָל אַנקעטעס, אידענטיפֿיצירן זיך די פּראָגרעסיווע דעמאָקראַטן מיט די אונטערגעדריקטע, און קוקן קרום אויף נאַציאָנאַליזם; האָבן זיי במילא זיך נישט דערנענטערט צום פּראָ־ישׂראלדיקן צוועק.

אַ בײַשפּיל דערפֿון זעט מען דורך די רעזולטאַטן פֿון אַן אַנקעטע פֿון „סי־ען־ען‟ (CNN) אין נאָוועמבער 2012. אין פֿאַרגלײַך מיט די רעפּובליקאַנער וויילער, בײַ וועמען 80% שטיצן ישׂראל, און 5% — די פּאַלעסטינער, סימפּאַטיזירן בלויז 51% פֿון די דעמאָקראַטן מיט ישׂראל, און 16% — מיט די פּאַלעסטינער.

אויף דער קאָנפֿערענץ האָט מען געלויבט צוויי זאַכן, וואָס פֿונקציאָנירן אַ סך בעסער אין ישׂראל, ווי אין אַמעריקע: די אײַנגעפֿונדעוועטע זיכערהייט־נעץ און די געראָטענע עפֿנטלעכע שול־סיסטעם. מע האָט אויך באַטאָנט דעם פֿאַקט, וואָס ישׂראל האָט קיין מאָל נישט אויסגעשלאָסן די האָמאָסעקסואַלן פֿון מיליטער, און אַז פֿרויען מעגן דינען אין מיליטערישע קאַמף־אָפּטיילן.

באַקאַרי סעלערס איז איינער פֿון די נײַע פּראָגרעסיווע קולות פֿון „אייפּעק‟. דער 28־יאָריקער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער דעמאָקראַט איז דער ייִנגסטער געזעץ־געבער אין דרום־קאַראָלײַנעס שטאַט־לעגיסלאַטור. ער האָט זיך ערשט באַקענט מיט „אייפּעק‟ ווי אַ סטודענטן־פֿירער אין „מאָרהאַוס־קאַלעדזש‟, אַ היסטאָרישער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אינסטיטוט, און האָט זינט דעמאָלט שוין באַזוכט ישׂראל און אָפּגעהאַלטן רעדעס אויף אַ צאָל „אייפּעק‟־אונטערנעמונגען.

„די ווערטן, וואָס זענען אונדז טײַער, ווי מענטשנרעכט, פֿרויען־רעכט און האָמאָסעקסואַלע רעכט, זענען שטאַרק וויכטיק פֿאַר ישׂראל,‟ האָט סעלערס איבערגעגעבן אַ זשורנאַליסט בשעת דער „אייפּעק‟־קאָנפֿערענץ.

אַ צווייטער באַקאַנטער פּראָגרעסיווער שטיצער פֿון „אייפּעק‟ — און אַ גאַסטרעדנער אויף דער קאָנפֿערענץ — איז דזשאָן פּערעז, דער ספּיקער פֿון דער קאַליפֿאָרניער שטאַט־אַסעמבלעע. פּערעז, וועלכער איז אַ האָמאָסעקסועלער לאַטינאָ, האָט בעת דער קאָנפֿערענץ דערציילט וועגן זײַן וויזיט אין דער „ביאַליק־ראָגאָזין־שול‟ אין דרום־תּל־אָבֿיבֿ, וווּ די קינדער פֿון אימיגראַנטן (אַ סך פֿון זיי — אומלעגאַלע) באַקומען אַ גוטע בילדונג, און מע גיט זיך אָפּ מיט זייער ספּעציפֿישער הינטערגרונט און באַדינגונגען.

אַנדערע פּראָגרעסיווע דעמאָקראַטן אויף דער קאָנפֿערענץ האָבן אָבער נישט געשילדערט ישׂראל מיט „ראָזעווע ברילן‟. בעת אַ סעסיע וועגן דער פֿראַגע, ווי אַרײַנצוציִען די פּראָגרעסיווע, האָט עוואַן גילדענבלאַט, עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון דער סטודענטן־רעגירונג אין קענט־אוניווערסיטעט, שאַרף קריטיקירט די ישׂראלדיקע באַהאַנדלונג פֿון די אַפֿריקאַנער פּליטים; די אומגלײַכקייט אין מיליטערישן דינסט, און דאָס אויסשליסן נישט־אָרטאָדאָקסישע שטראָמען פֿון ייִדישקייט, טענהנדיק, אַז די ענינים זענען „אין גאַנצן קעגן די ליבעראַלע ווערטן‟. גילדענבלאַט האָט שפּעטער דערציילט, אַז ווען די סעסיע האָט זיך געענדיקט, איז אַ באַטייליקטע צוגעקומען צו אים און דערקלערט: „דו האָסט פּשוט נישט ליב ישׂראל‟.

די פּראָגרעסיווע אַקטיוויסטן קריטיקירן אויך די אויטאָבוסן, וווּ פֿרויען מוזן זיצן פֿון הינטן, און די אַרעסטן פֿון פֿרויען, וועלכע טראָגן טליתים בײַם כּותל־המערבֿי.

רעאַגירנדיק אויף דער קריטיק, האָט לויִס געזאָגט: „ישׂראל איז נישט פּערפֿעקט, אָבער איך ווייס נישט פֿון קיין פּערפֿעקט לאַנד אויף דער וועלט, אַרײַנגערעכנט מײַנעם.‟

שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי עפֿעקטיוו איז „אייפּעק‟ס קאַמפּאַניע צוצוציִען די ליבעראַלע דעמאָקראַטן? מאַרק מעלמאַן, אַן עצה־געבער פֿאַר דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, האַלט, אַז באַטאָנען די ישׂראלדיקע אויפֿטוען לגבי האָמאָסעקסואַלע רעכט און געזונט־באַדינונג איז וויכטיק, אָבער ער האָט צוגעגעבן: „מע דאַרף אויך רעדן וועגן דעם קאָנפֿליקט מיט די פּאַלעסטינער. צו רעדן וועגן בלויז איין טייל פֿון דער געזעלשאַפֿט, וועט פּשוט נישט קלעקן.‟