די משונהדיקסטע מענטשן?

The Weirdest People?

אַ מאַטשיגווענגאַ־פֿרוי אין פּערו (רעכטס) און דר׳ דזשאָזעף הענריך (לינקס). אויפֿן הינטערגרונט: די בערג נישט ווײַט פֿונעם ראַיאָן, וווּ עס וווינען די מאַטשיגווענגאַ-אינדיאַנער
אַ מאַטשיגווענגאַ־פֿרוי אין פּערו (רעכטס) און דר׳ דזשאָזעף הענריך (לינקס). אויפֿן הינטערגרונט: די בערג נישט ווײַט פֿונעם ראַיאָן, וווּ עס וווינען די מאַטשיגווענגאַ-אינדיאַנער

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 11, 2013, issue of March 15, 2013.

אינעם יאָר 1950, האָבן צוויי אַמעריקאַנער מאַטעמאַטיקער, מעריל פֿלאָד און מעלווין דרעשער, באַשריבן אויף אַ פֿאָרמעלן מאַטעמאַטישן אופֿן אַ סיטואַציע, ווען צוויי מענטשן וועלן נישט קאָאָפּערירן, אויב אַפֿילו דאָס וואָלט געווען בעסער פֿאַר זיי ביידע. שפּעטער איז דער דאָזיקער בײַשפּיל באַקאַנט געוואָרן ווי „די אַרעסטאַנט-דילעמע‟, ווײַל אַן אַנדער מאַטעמאַטיקער, אַלבערט טאָקער, האָט זי דערקלערט דעם ברייטערן עולם דורך אַ מעשׂה מיט צוויי אַרעסטירטע פֿאַרברעכער, וועלכע זיצן אין באַזונדערע קאַמערן און קאָנען נישט קאָמוניקירן איינער מיטן צווייטן. אויב ביידע וועלן נישט אויסזאָגן זייערע פֿאַרברעכנס, וועלן זיי פֿאַרמישפּט ווערן צו צוויי יאָר תּפֿיסה. אויב איינער פֿון זיי וועט מסרן דעם צווייטן, וועט ער באַפֿרײַט ווערן, און דער צווייטער וועט זיצן דרײַ יאָר. אויב ביידע וועלן מסרן איינער דעם צווייטן, וועלן זיי ביידע פֿאַראורטיילט ווערן צו צוויי יאָר.

לאָגיש געטראַכט, וואָלט געווען בעסער פֿאַר ביידע אַרעסטאַנטן, בסך-הכּל, גאָרנישט אויסזאָגן, כּדי אָפּצוקומען מיט אַ קירצערן תּפֿיסה-טערמין. צוליב דעם שאַנס באַפֿרײַט צו ווערן, קאָנען ביידע אַרעסטירטע באַשטימען, אַז ס׳איז בעסער צו מסרן איינער דעם צווייטן. ווי אַ רעזולטאַט, וועלן זיי אָפּזיצן אַ לענגערן תּפֿיסה-טערמין. אין אַזאַ פֿאַל, איז די מענטשלעכע תּאוות צו קאָנקורענץ שטאַרקער ווי דער ראַציאָנעלער חשבון פֿון קאָאָפּעראַציע.

אין די הײַנטצײַטיקע מערבֿדיקע עקאָנאָמישע און פּאָליטישע טעאָריעס ווערט דער דאָזיקער בײַשפּיל ברייט אויסגענוצט און ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ גענויע באַשרײַבונג פֿון דער מענטשלעכער נאַטור. למשל, מע וואָלט געקאָנט פֿאַרבעסערן דעם עקאָלאָגישן מצבֿ אין דער וועלט, אויב אַלע לענדער וואָלטן באַשלאָסן צוזאַמען נישט אַרויסצולאָזן אַזויפֿיל קוילן-גאַז אין דער אַטמאָספֿער. צוליב דער עקאָנאָמישער קאָנקורענץ, אָבער, ווערט די לופֿט אַלץ מער באַשמוצט מיטן שעדלעכן גאַז. ענלעכע סיטואַציעס טרעפֿן זיך אויך אין עקאָנאָמישע, סאָציאַלע און פּאָליטישע באַציִונגען. למשל, בעת דער קאַלטער מלחמה וואָלטן ביידע צדדים פֿונעם קאָנפֿליקט געקאָנט פּטור ווערן פֿונעם סכּנותדיקן אַטאָם־געווער. אַנשטאָט דעם, האָבן זיי אָבער געפּטרט ריזיקע רעסורסן אויף נוקלעאַרע באָמבעס.

דעם 25סטן פֿעברואַר האָט דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער זשורנאַל „Pacific Standard‟ פּובליקירט אַ באַריכט וועגן דער וויכטיקער פֿאָרש-אַרבעט פֿונעם אַנטראָפּאָלאָג און פּסיכאָלאָג דזשאָזעף הענריך, אַ פֿאָרשער בײַם אוניווערסיטעט פֿון בריטישער קאָלומביע, קאַנאַדע. אינעם יאָר 1995 האָט הענריך — דעמאָלט אַ יונגער אַספּיראַנט — אָנגעהויבן שטודירן די סאָציאַלע באַציִונגען צווישן די מאַטשיגווענגאַ — אַן אינדיאַנער שבֿט, וואָס באַזעצט אַ צפֿונדיקן ראַיאָן פֿון פּערו, לעבן דעם טײַך אַמאַזאָן. אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַנדערע אַנטראָפּאָלאָגן, וועלכע אינטערעסירן זיך מער מיט דער אָרטיקער עטנישער קולטור, האָט הענריך זיך פֿאַרנומען מיט סאָציאַל-עקאָנאָמישע שטודיעס און אַנטדעקט, אַז די דערמאָנטע „קאָמפּעטענץ-דילעמע‟ שפּילט זיך נישט אויס אויפֿן זעלבן שטייגער בײַם דאָזיקן דרום-אַמעריקאַנער פֿאָלק.

//www.psmag.com/magazines/pacific-standard-cover-story/joe-henrich-weird-ultimatum-game-shaking-up-psychology-economics-53135/

צום בײַשפּיל, האָט דער פֿאָרשער פֿאָרגעלייגט די מאַטשיגווענגאַ-תּושבֿים אַ געלט-שפּיל, אין וועלכער יעדער שפּילער קאָן באַקומען מער געלט, אויב ער קאָאָפּערירט מיט אַ צווייטן. דער דאָזיקער עקספּערימענט איז אַ סך מאָל דורכגעפֿירט געוואָרן אין צפֿון-אַמעריקע און געוויזן, אַז אַ דורכשניטלעכער דרום-אַמעריקאַנער וועט אויסקלײַבן אַן ערגערע שפּיל-סטראַטעגיע און פֿאַרלירן דאָס געלט, אַבי דער צווייטער פֿרעמדער שפּילער זאָל נישט געווינען מער. צוליב דעם, וואָס אין אַ גאַנצער ריי שטודיעס האָט זיך באַקומען דער זעלבער רעזולטאַט, האָבן אַ סך עקאָנאָמיסטן און סאָציאָלאָגן אָנגענומען ווי אַ פֿאַקט, אַז אין די מענטשלעכע באַציִונגען שפּילט קאָנקורענץ אַ גרעסערע ראָלע, ווי קאָאָפּעראַציע.

הענריכס עקספּערימענטן האָבן קלאָר געוויזן, אַז אינעם פֿאַל פֿונעם דערמאָנטן אינדיאַנער פֿאָלק איז עס פּשוט נישט אמת. די אָרטיקע אײַנוווינער קלײַבן כּסדר אויס אַ קליגערע סטראַטעגיע פֿון די געלט-שפּילן און געווינען, בסך-הכּל, מער געלט צוזאַמען. אינעם יאָר 2004 האָט ער באַקומען דעם „פּרעזידענט־פּריז‟, ווי אַ געראָטענער יונגער וויסנשאַפֿטלער. צו זײַן חידוש, האָט ער זיך אָבער באַלד אָנגעשטויסן אויף אַ צאָל פּראָפֿעסאָרן, וועלכע האָבן זיך באַצויגן צו זײַנע שטודיעס ממש פֿײַנטלעך און באַשולדיקט אים אין „אומעטישן‟ צוגאַנג צו אַנטראָפּאָלאָגיע.

שפּעטער האָט הענריך געפֿונען פֿאַראינטערעסירטע מיטדענקער און האָט ממשיך געווען דורכצופֿירן נײַע פֿאָרשונגען. די רעזולטאַטן זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם יאָר 2009, מיטן נאָמען „די משונהדיקסטע מענטשן אין דער וועלט‟.

//www2.psych.ubc.ca/~henrich/pdfs/Weird_People_BBS_final02.pdf

די פֿאָרשער האָבן דעמאָנסטרירט, דורך קאָנקרעטע ערנסטע שטודיעס, אַז דער דערמאָנטער בײַשפּיל מיטן מאַטשיגווענגאַ-פֿאָלק איז ווײַט נישט דער איינציקער. אַ סך מענטשן אַרום דער וועלט שאַצן אָפּ קאָאָפּעראַציע מער ווי קאָנקורענץ. אַדרבה, די מערבֿדיקע טענדענץ צו קאָנקורירן איז אַ משונהדיקער פֿענאָמען, אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַנדערע מענטשלעכע קולטורן.

שלמה אַש, אַ פּראָמינענטער אַמעריקאַנער געשטאַלט-פּסיכאָלאָג האָט נאָך אין די 1950ער יאָרן אָנגעוויזן, אַז צווישן 17 פֿאַרשיידענע קולטורן אַרום דער וועלט, זעען אויס די אַמעריקאַנער ווי אַ מאָדנער יוצא-דופֿן, ווען עס קומט צו אינדיווידואַליזם און אומוויליקייט אויפֿצופֿירן זיך ווי אַ פֿאַראייניקטער קאָלעקטיוו.

די מחברים פֿונעם דערמאָנטן אַרטיקל — דזשאָ הענריך, סטיווען הײַנע און אַראַ נאָזענזאַיאַן — האָבן מורא געהאַט, אַז זייער פֿאָרשונג וועט אַרויסרופֿן אַ גאַנצן שטורעם פֿון קריטיק. אַדרבה, אַ סך וויסנשאַפֿטלער האָבן אָפּגעשאַצט זייער פֿאָרשונג ווי אַ מעגלעכער אָנהייב פֿון אַ גאַנצער רעוואָלוציע אין סאָציאָלאָגיע, נישט געקוקט אויף דעם פּראָוואָקאַטיוון טיטל פֿונעם דערמאָנטן אַרטיקל. די פֿאָרשונג ווײַזט אָן, אַז די שטאַרקע קאָנקורענץ און אומוויליקייט צו קאָאָפּערירן אין דער מערבֿדיקער וועלט, בפֿרט בײַ די אַמעריקאַנער, איז נישט קיין מענטשלעכע „נאַטור‟, נאָר אַ ספּעציפֿישער רעזולטאַט פֿון דער מערבֿדיקער קולטור.