סטרײַסאַנד קומט קיין ישׂראל

Streisand’s Coming to Israel

Getty Images

Published March 11, 2013, issue of March 15, 2013.

שוין יאָרן לאַנג וואָס די ישׂראלדיקע מוזיק־אינדוסטריע פּרוּווט איבערצײַגן באַרבראַ סטרײַסאַנד אויפֿצוטרעטן אין ישׂראל. לויט אַ באַריכט אין „ידיעות אַחרונות‟, וועט זי דעם זומער טאַקע פֿאָרן קיין ישׂראל, כּדי צו געבן אַ קאָנצערט לכּבֿוד דעם 90סטן געבוירן־טאָג פֿון פּרעזידענט שמעון פּערעס.

דער קאָנצערט דאַרף פֿאָרקומען דעם 15טן אָדער 16טן יוני. דער לאָקאַל איז נאָך נישט באַשטימט געוואָרן.

סטרײַסאַנד וועט זיך אויך באַטייליקן אין דער עפֿענונג פֿון דער ישׂראלדיקער פּרעזידענטן־קאָנפֿערענץ דעם 18טן יוני אינעם ירושלימער אינטערנאַציאָנאַלן קאָנפֿערענץ־צענטער.

לויטן באַריכט, האָבן, צום ווייניקסטן, פֿינף ישׂראלדיקע פּראָדוצענטן, במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿינף יאָר, פֿאַרבעטן סטרײַסאַנד, אָבער זי האָט זיך אָפּגעזאָגט, ווײַל זי האָט נישט פּלאַנירט קיין קאָנצערט־טורן אין אייראָפּע. דער געבוירן־טאָג פֿונעם פּרעזידענט האָט איר אָבער יאָ איבערגעצײַגט צו פֿאָרן.

סטרײַסאַנד, וועלכע וועט פּראַווען איר 71סטן געבוירן־טאָג אין אַפּריל, ווערט באַטראַכט פֿאַר איינער פֿון די הצלחהדיקסטע זינגער אין דער געשיכטע. זי האָט אָנגעהויבן איר קאַריערע אין די 1960ער יאָרן, און אַרויסגעלאָזט איר ערשטע פּלאַטע אין 1963. במשך פֿון איר קאַריערע האָט זי אַרויסגעגעבן 36 אַלבומען, וועלכע האָבן זיך פֿאַרקויפֿט אין די מיליאָנען. זי האָט אויך געוווּנען צענדליקער אויסצייכענונגען, אַרײַנגערעכנט 15 „גראַמי‟־פּרעמיעס.

נישט געקוקט אויף איר גרויסן סוקצעס, האָט סטרײַסאַנד נישט ליב אויפֿצוטרעטן פֿאַר אַן עולם. במשך פֿון איר 50־יאָריקער קאַריערע, האָט זי געמאַכט בלויז פֿינף וועלט־טורן. אין אָקטאָבער 2012 האָט זי דורכגעפֿירט איר לעצטן וועלט־טור, וואָס האָט צוגעצויגן 154,000 אָנהענגער און פֿאַרדינט 40 מיליאָן דאָלאַר.

סטרײַסאַנד האָט שוין פֿריִער באַזוכט ישׂראל, אָבער קיין מאָל נישט אויפֿגעטראָטן. אויב דער לאָקאַל, וואָס מע וועט אויסקלײַבן, וועט זײַן גענוג גרויס, ריכט מען זיך, אַז זי וועט צוציִען אַן עולם פֿון בערך 50,000 מענטשן.

סטרײַסאַנד איז שוין יאָרן לאַנג זייער אַקטיוו בײַם זאַמלען געלט לטובֿת מדינת־ישׂראל און די צה״ל־סאָלדאַטן, נישט געקוקט אויף דעם וואָס, פֿון צײַט צו צײַט, קריטיקירט זי די רעגירונג־פּאָליטיק.

זי איז אויך אַ לאַנג־יאָריקע שטיצערין פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי אין אַמעריקע, און האָט אויפֿגעשטעלט די „סטרײַסאַנד־פֿונדאַציע‟, וואָס שטיצט פּראָיעקטן פֿאַרבונדן מיט גלײַכקייט פֿאַר פֿרויען; דער באַשיצונג פֿון מענטשנרעכט און ציווילע רעכט; די באַדערפֿענישן פֿון פּראָבלעמאַטישע קינדער אין דער געזעלשאַפֿט; פֿרויען־געזונט, און פֿאַרהיטן דעם סבֿיבֿה־מצבֿ.