אַדוואָקאַט קעגן ייִדן אין זשורי

Jewish Attorney to Ban Jews from Jury

אַ צייכענונג פֿונעם געריכט-פּראָצעס איבער אַבדעל כאַמיד שעכאַדע (לינקס)
אַ צייכענונג פֿונעם געריכט-פּראָצעס איבער אַבדעל כאַמיד שעכאַדע (לינקס)

פֿון ייִט״אַ

Published March 12, 2013.

ניו־יאָרק. — פֿרעדעריק קאָן, אַ ניו־יאָרקער ייִדישער אַדוואָקאַט, האָט געבעטן אַ פֿעדעראַלן ריכטער נישט צו דערלאָזן קיין ייִדן צו דינען ווי אײַנגעשוווירענע אינעם מישפּט־פּראָצעס קעגן זײַן קליענט, וועלכער ווערט פֿאַרדעכטיקט אין זאָגן אַ ליגן וועגן זײַן באַטייליקונג אין דער „טאַליבאַן‟־באַוועגונג.

קאָן רעפּרעזענטירט אַבדעל כאַמיד שעכאַדע, וועלכער ווערט געמישפּט דורכן ברוקלינער קרײַז־געריכט אין געבן פֿאַלשע ידיעות, ווען די „עף־בי־אײַ‟ האָט אים אויסגעפֿרעגט וועגן זײַן שײַכות צו דער איסלאַמיסטישער אָרגאַניזאַציע. שעכאַדע איז פֿאָרמעל באַשולדיקט געוואָרן אינעם יאָר 2010.

די צײַטונג „ניו־יאָרק פּאָסט‟ האָט איבערגעגעבן, אַז אויב ייִדן וועלן זיך באַטייליקן אינעם געריכט־פּראָצעס ווי אײַנגעשוווירענע, וועלן זיי, לויט קאָנען, זײַן אויטאָמאַטיש געשטימט קעגן זײַן קליענט. דער אַדוואָקאַט האָט דערקלערט, אַז צוליב דעם, וואָס בעת דער געריכט־זיצונג וועט גיין אַ רייד וועגן שעכאַדעס שאַרף נעגאַטיווע אַרויסזאָגונגען קעגן ייִדן און ציוניזם, וואָלטן ייִדן געוואָרן אויפֿגערעגט און וואָלטן נישט געקאָנט זיך באַציִען נייטראַל צו דעם באַשולדיקטן. קאָן האָט דערקלערט, אַז ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן שטיצן ישׂראל און ציוניזם, דערפֿאַר וואָלטן די ווערטער פֿון אַ מוסולמענער מיט אַנטי־ישׂראלדיקע און אַנטי־ציוניסטישע איבערצײַגונגען אַרויסגערופֿן אידעאָלאָגיש־מאָטיווירטע פֿאָראורטייל־געפֿילן בײַ ייִדישע אײַנגעשוווירענע.

אין פֿעברואַר האָט דער אַדוואָקאַט צום ערשטן מאָל געזאָגט דעם ריכטער עריק וויטאַליאַנאָ, אַז ער וואָלט נישט געווען „אינגאַנצן צופֿרידן, אויב ייִדישע אײַנגעשוווירענע וועלן זיך באַטייליקן אין אַזאַ פֿאַל‟. קאָן האָט אָבער צוגעגעבן, אַז ער ווייסט נישט, צי דאָס געריכט וועט אָננעמען זײַן אומגעוויינטלעכע בקשה.