שטיצע פֿאַר „פֿרויען בײַ דער וואַנט‟

Support for Women of the Wall

בערך 300 מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט, דינסטיק, אין דער „טאַון ענד ווילעדזש סינאַגאָגע‟, אין מאַנהעטן, כּדי אַרויסצוּווײַזן אַחדות מיט די „פֿרויען בײַ דער וואַנט‟
Joan L. Roth
בערך 300 מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט, דינסטיק, אין דער „טאַון ענד ווילעדזש סינאַגאָגע‟, אין מאַנהעטן, כּדי אַרויסצוּווײַזן אַחדות מיט די „פֿרויען בײַ דער וואַנט‟

פֿון נתן גוטמאַן (Forward)

Published March 13, 2013, issue of March 15, 2013.

דער קאַמף איבערן רעכט פֿון פֿרויען צו דאַווענען מיט טליתים און לייענען פֿון דער תּורה בײַם כּותל־המערבֿי האָט די וואָך אַרויסגערופֿן אַ ריי פּראָטעסטן בײַ אַמעריקאַנער ייִדן.

מער ווי 100 דעמאָנסטראַנטן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט מאָנטיק אָוונט בײַ דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין וואַשינגטאָן, ווי אַ באַווײַז פֿון סאָלידאַריטעט מיט די „פֿרויען בײַ דער וואַנט‟ — אַ גרופּע, וואָס פֿאַרזאַמלט זיך יעדן חודש בײַם „כּותל‟, צו דאַווענען מיט טליתים. די מיטגלידער פֿון דער אָרגאַניזאַציע זענען שוין נישט איין מאָל פֿאַרהאַלטן אָדער אַרעסטירט געוואָרן דערפֿאַר, ווײַל פֿרויען זענען פֿאַרווערט צו טראָגן טליתים אָדער אָנצופֿירן מיטן דאַווענען בײַם „כּותל‟.

„אונדזער פּראָטעסט איז נישט קעגן מדינת־ישׂראל; מיר זענען אַלע שטיצער פֿון ישׂראל,‟ האָט דערקלערט יהודית געלמאַן, די פֿאָרזיצערין פֿון „עמינו‟ — אַ ליבעראַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט געהאָלפֿן אָרגאַניזירן די וואַשינגטאָנער דעמאָנסטראַציע. „אונדזער קאַמף איז לטובֿת דעם רעכט פֿון די ישׂראלים צו פּראַווען ייִדישע רעליגיעזע טראַדיציעס אויף אַ פּלוראַליסטישן אופֿן.‟

דינסטיק זענען פֿאָרגעקומען מאַניפֿעסטאַציעס לטובֿת די „פֿרויען בײַ דער וואַנט‟ אין דער „טאַון און ווילעדזש סינאַגאָגע‟ אין מאַנהעטן; אין קליוולאַנד, און בײַם ישׂראלדיקן קאָנסולאַט אין סאַן־פֿראַנציסקאָ.

די מאַניפֿעסטאַציעס האָט מען בכּיוון אָרגאַניזירט דינסטיק, ראש־חודש [דעם ערשטן טאָג פֿונעם נײַעם ייִדישן חודש], ווען די „פֿרויען בײַ דער וואַנט‟ האָבן אָפּגעהאַלטן זייער חודשלעך דאַווענען בײַם כּותל־המערבֿי. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע פֿאַרזאַמלונגען בײַם „כּותל‟, האָבן זיך דאָס מאָל אויך באַטייליקט דרײַ דעפּוטאַטינס פֿון דער כּנסת, און קיינער איז נישט אַרעסטירט געוואָרן.

די אַמעריקאַנער פּראָטעסטן זענען אַ טייל פֿון אַ קאַמפּאַניע מפֿרסם צו זײַן דעם ענין, וואָס האָט ביז איצט נישט אַרויסגערופֿן קיין סך אינטערעס אין ישׂראל גופֿא.