קרבנות „באַהבֿה ובֿרצון‟

Sacrifices of Love and Will


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 13, 2013, issue of March 15, 2013.

דער חודש ניסן, וועלכער ווערט אַסאָציִיִרט אין ייִדישקייט מיט פֿרײַהייט און גאולה, האָט זיך הײַיאָר אָנגעהויבן אין ירושלים מיט „פּאַשקעווילן‟ קעגן אַ גרופּע פֿרויען, וועלכע אָרגאַניזירן תּפֿילות בײַם כּותל-המערבֿי. די מחברים פֿון די פֿלוגבלעטלעך, וועלכע זענען פֿאַרשפּרייט געוואָרן אויף די ווענט פֿון פֿרומע ירושלימער ראַיאָנען, האָבן גערופֿן מענער און פֿרויען זיך צו פֿאַרזאַמלען דינסטיק, ראָש-חודש ניסן, 7 אַזייגער אין דער פֿרי, כּדי אַרויסצוּווײַזן זייער פּראָטעסט קעגן דער אָרגאַניזאַציע „נשות-הכּותל‟, טענהנדיק, אַז די דאָזיקע גרופּע „פֿאַרשוועכט‟ דאָס הייליקע אָרט.

די חבֿרה „נשות-הכּותל‟ איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1988 און אָנגעהויבן צו אָרגאַניזירט פֿרויען-מנינים בײַם כּותל יעדן ראָש־חודש. לעצטנס, האָט זי אַרויסגערופֿן אַ סעריע פּראָטעסטן מצד געוויסע חרדישע פֿירער, ווײַל זיי געפֿעלט נישט, אַז די פֿרויען זינגען און לייענען די ספֿר-תּורה, צומאָל טראָגנדיק יאַרמלקעס, טליתים און תּפֿילין. למשל, הרבֿ אַבֿי שאַפֿראַן, דער דירעקטאָר פֿון עפֿנטלעכע ענינים בײַם אַמעריקאַנער צווײַג פֿון „אַגודת-ישׂראל‟, האָט אָנגערופֿן די דאָזיקע פֿרויען-גרופּע אַ „טרויאַנער פֿערד‟. הגם די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט, אין פּרינציפּ, דערלויבט זייער טעטיקייט, זענען עטלעכע אַקטיוויסטקעס שוין אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר טראָגן „צו לאַנגע‟ מענערישע טליתים.

ס׳זעט אויס, אַז פֿאַר געוויסע מענטשן מיינט דער פֿרײַהייט־סימבאָליזם פֿונעם חודש ניסן אַ געלעגנהייט זיך צו „באַפֿרײַען‟ פֿון אַן אומגעוווּנטשענער פֿרויען-גרופּע. ס׳איז אינטערסאַנט אָבער צו באַמערקן, אַז ווײַט נישט פֿאַר אַלע חרדים איז דער כּותל-המערבֿי באַטראַכט ווי דער הייליקסטער פּלאַץ. די סאַטמאַרער חסידים — די גרעסטע חסידישע גרופּע אין דער וועלט — און אַ גאַנצע ריי ענלעכע גרופּעס האַלטן, אַז נאָך דער זעקס-טאָגיקער מלחמה איז דאָס רעשטל פֿונעם צעשטערטן בית-המיקדש פֿאַרוואַנדלט געוואָרן, אַנשטאָט אַ זכר־לחורבן און אַ סימן פֿון גלות מיט משיחישע האָפֿענונגען, אין אַן אומפּאַסיקן פּאָליטישן סימבאָל פֿון מיליטערישן כּוח.

דער סאַטמאַרער רבי האָט שאַרף געפּסקנט, אַז די ציוניסטן האָבן פֿאַרוואַנדלט דעם כּותל אין אַן עבֿודה-זרה, און פֿאַרווערט זײַנע חסידים צו גיין אַהין בכלל. אין אַזעלכע ערטער, ווי וויליאַמסבורג אָדער מאה-שערים, דינט די פֿראַגע „צי איר דאַוונט בײַם כּותל?‟ ווי אַ סימן-מובֿהק צו באַשטימען, צי עמעצער איז אַ שטאַרקער קריטיקער פֿון ציוניזם. פּאַראַדאָקסיש, הגם אין די ניו-יאָרקער סאַטמאַרער קהילות טשעפּעט מען זיך צומאָל צו קליינע דעטאַלן וואָס שייך די „ריכטיקע‟ קאָלירן און צורות פֿון פֿרויען־קליידער, גייט זיי בכלל נישט אָן, וואָס פֿרויען טוען בײַם כּותל, ווײַל זיי האַלטן, אַז דאָרטן איז סײַ-ווי-סײַ נישטאָ וואָס צו טאָן.

אַן אַנדער סיבה פֿון סיכסוכים, וואָס האָט צו טאָן מיטן אָרט פֿונעם געוועזענעם בית-המיקדש, האָט צו טאָן מיטן קרבן-פּסח. „דער מכון-המיקדש‟, אַ מאָדערן-רעליגיעזע נאַציאָנאַליסטישע אָרגאַניזאַציע, האָט געפּרוּווט צו ברענגען אַ קרבן פֿאַרן פּסח אויפֿן הר-הבית, און האָפֿט אויפֿצושטעלן דאָרטן דעם דריטן בית־המיקדש. אַ צאָל רעכטע אַקטיוויסטקעס באַטייליקן זיך אויך אין דער דאָזיקער טעטיקייט.

לויט דער טראַדיציאָנעלער הלכה, טאָרן ייִדן בכלל נישט אַרויפֿגיין אויפֿן דאָזיקן באַרג; אַדרבה, ווי עס ווערט דערקלערט אין אַ צאָל מדרשים און קבלה-ספֿרים, מוז דאָס דאָזיקע אָרט אָפּגעהיט ווערן ביז ימות-המשיח דווקא דורך „בני-ישמעאל‟, די אַראַבישע מוסולמענער. עס זענען אָבער יאָ באַקאַנט טעאָרעטישע מאַרגינאַלע הלכה-פּילפּולים, לויט וועלכע מע מעג דאָרטן שעכטן אַ קרבן אַפֿילו אין די הײַנטיקע טעג.

אַ ריי קלאַסישע מפֿרשים טאַקע באַטראַכט דעם קרבן-פּסח ווי אַ יסודותדיקע מיצווה. ווען עמעצער איז זיך מגייר, מוז ער אָדער זי — טעאָרעטיש — ברענגען דעם דאָזיקן קרבן, ווי אַ סימן פֿון פֿולשטענדיקער אינטעגראַציע אינעם כּלל־ישׂראל. דער רמב״ם זאָגן, אַז ווען משיח וועט קומען, וועלן אַלע גרים מוזן עס טאָן, כּדי צו באַשטעטיקן זייער גירות. להיפּוך, האָבן די רעפֿאָרם-ייִדן אינגאַנצן אַרויסגענומען פֿון זייער סידורים אַלע דערמאָנונגען פֿון די צוקונפֿטיקע קרבנות, ווײַל זיי גלייבן נישט אינעם דריטן בית-המיקדש.

דער דאָזיקער געדאַנק איז צום בולטסטן אָפּגעשפּיגלט געוואָרן אין דער „פּיצבורגער פּלאַטפֿאָרם‟ — אַ וויכטיקער דאָקומענט אין דער געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער רעפֿאָרם־ייִדישקייט, אָנגענומען אינעם יאָר 1885 דורך דעם „פֿאַרבאַנד פֿון אַמעריקאַנער העברעיִשע קאָנגרעגאַציעס‟ (UAHC). ס׳רובֿ נישט-אָרטאָדאָקסישע ייִדן האָבן אויך אַרויסגענומען אַלע קרבנות-שטיקלעך פֿון זייערע סידורים; דאָס דינט אויך אַ פּראַקטישן צוועק, ווײַל דער טעקסט פֿונעם דאַוונען ווערט קירצער, און דער עולם קאָן גיין אַהיים גיכער פֿון דער שיל אָדער צו זינגען מער, אַנשטאָט צו זאָגן תּפֿילות.

דער דאָזיקער ענין איז געוואָרן איינער פֿון די עיקר-שפּאַלטן צווישן אָרטאָדאָקסישע און נישט-אָרטאָדאָקסישע ייִדן. אַ נישט-אָרטאָדאָקסישער סידור איז, געוויינטלעך, מערקווירדיק דינער, ווײַל דאָרטן ווערן נישט דערמאָנט קיין קרבנות און צומאָל אויסגעמיטן דער מוסף און אַ טייל גאַנצע תּפֿילות.

ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז די מעשׂה איז נישט אַזוי פּשוט. אַ צאָל באַקאַנטע אָרטאָדאָקסישע רבנים האָבן אויך נישט געגלייבט, אַז אין דער צוקונפֿט וועט מען ווידער דינען דעם אייבערשטן דורכן הרגענען חיות. ס׳איז אַפֿילו נישט אינגאַנצן קלאָר, צי דער רמב״ם האָט אין דעם בוכשטעבלעך געגלייבט. זײַנע הלכה-חיבורים שטימען נישט תּמיד, ווי ער דערקלערט אַליין אינעם פֿילאָסאָפֿישן ספֿר „מורה-נבֿוכים‟, מיט זײַנע פּערזענלעכע דעות, און זענען אָנגעשריבן געוואָרן פֿאַר נישט-פֿילאָסאָפֿישע מאַסן.

לויט „מורה-נבֿוכים‟, האָבן די ייִדן דערגרייכט אין אַ געוויסער היסטאָרישער תּקופֿה אַ העכערע אינטעלעקטועלע מדרגה און האָבן מער נישט געדאַרפֿט נאָכמאַכן די בלוטיקע קרבנות פֿון אַמאָליקע אוראַלטע פֿעלקער. משה (מאָריץ) גידעמאַן, אַ באַקאַנטער עסטרײַכישער רבֿ, האָט געהאַלטן, אַז די תּפֿילות וועגן שיבֿת־ציון, בית-המיקדש און קרבנות האָבן אַן אַלעגאָרישן באַדײַט, ווי אַ סימבאָל פֿון דער קומענדיקער אוניווערסאַלער גאולה פֿון דער גאַנצער מענטשהייט; צוליב דעם, האָט ער קריטיקירט די רעפֿאָרם-ייִדן, וועלכע האָבן געוואָלט בײַטן דעם טראַדיציאָנעלן נוסח פֿון דאַוונען.

די אינטערעסאַנטסטע דעות וועגן דעם ענין זענען אָבער פֿאַראַן דווקא בײַ די חסידים. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איז אין ברוקלין איבערגעדרוקט געוואָרן מיט אַ שיינעם מפֿתּח און מראי-מקומות, מיט אַ הסכּמה פֿונעם באָראָ-פּאַרקער טשערנאָבילער רבין, דער ספֿר „אור יצחק‟ פֿון רבי יצחק ראַדווילער — דער זון פֿונעם באַרימטן זלאָטשעווער מגיד. לאַנג פֿאַר דער רעפֿאָרמער „פּיצבורגער פּלאַטפֿאָרם‟, דערקלערט דער מחבר, אין זײַן פּסחדיקער דרשה און אַנדערע ערטער, אַז פֿאַרן חטא עגל-הזהבֿ, ווען די ייִדן האָבן באַקומען די תּורה, האָבן זיי נישט געמוזט ברענגען קיין קרבנות אָדער בכלל מקיים זײַן די הלכה.

נאָך דער זינד מיטן גאָלדענעם קעלבל, איז די תּורה אַראָפּגעגאַנגען און באַקליידט געוואָרן אין פֿאַרגרעבטע לבֿושים פֿון פֿיזישע ריטואַלן. ווען עס שטייט אינעם סידור, אַז מע דאַרף בעטן דעם אייבערשטן צוריקצוברענגען די קרבנות „באַהבֿה ובֿרצון‟, מיינט עס, אַז די ווערטער גופֿא און דער עצם-ענין פֿון „אַהבֿה‟ און „רצון‟ וועט זײַן דער אמתער קרבן. עס וועט זיך אַנטפּלעקן אַ „תּורה חדשה‟, אַ ראַדיקאַלע אינטערפּרעטאַציע פֿון דער תּורה, העכער ווי אַזעלכע פֿיזישע זאַכן, ווי די בוכשטעבלעכע קרבנות און דער פֿיזישער בית־המיקדש. ענלעכע געדאַנקען זענען פֿאַראַן אין אַנדערע קלאַסישע חסידישע ספֿרים, אַרײַנגערעכנט „תּולדות יעקבֿ־יוסף‟ און „פּרי האָרץ‟.

עס באַקומט זיך, אַז די חסידישע אומוויליקייט צו פֿאָקוסירן זיך אויף דעם מקום־המיקדש און די קבלהדיקע ספּיריטואַליזאַציע פֿון גאולה-ענינים, קומט האַנט בײַ האַנט מיטן קאָסמאָפּאָליטישן געדאַנק פֿון פּראָגרעסיווע ייִדן — הגם זי ווערט אויסגעדריקט, פֿאַרשטייט זיך, אויף אַן אַנדער אופֿן און מיט אַנדערע ווערטער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.