„מיס ישׂראל‟ און אָבאַמאַ

Miss Israel and Obama

ייִטייִש איינאַוו, אַן עטיאָפּיש־ישׂראלדיקע פֿרוי, ווערט באַקרוינט „מלכּת היופֿי‟, מיטוואָך, אין חיפֿה
Avishag Shar Yashuv/Flash90/JTA
ייִטייִש איינאַוו, אַן עטיאָפּיש־ישׂראלדיקע פֿרוי, ווערט באַקרוינט „מלכּת היופֿי‟, מיטוואָך, אין חיפֿה

פֿון ייִט״אַ

Published March 14, 2013, issue of March 15, 2013.
  • דרוקט אָפּ
  • Share טיילט זיך

ירושלים. — איטיִיִש אײַנאַוו, די ערשטע „מיס ישׂראל‟ פֿון עטיאָפּישן אָפּשטאַם, איז פֿאַרבעטן געוואָרן צו עסן מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָבאַמאַ בעת אַ מאָלצײַט, אָרגאַניזירט דורכן ישׂראלדיקן פּרעזידענט, שמעון פּערעס. אײַנאַוו, אַ 21־יאָריק מיידל, וועלכע איז „באַקרוינט‟ געוואָרן ווי די שענסטע אינעם לאַנד מיט צוויי וואָכן צוריק, האָט מיטוואָך איבערגעגעבן, אַז זי האַלט אָבאַמאַ פֿאַר אַ מוסטער און אַ קוואַל פֿון אינספּיראַציע.

אין אַן אינטערוויו פֿאַר „ידיעות אַחרונות‟, די פּאָפּולערער טעגלעכע צײַטונג, האָט זי דערקלערט, אַז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט האָט געוויזן, אַז יעדער מענטש קאָן מיט זײַן ווילן דורכברעכן די באַריערן פֿון רעליגיע, ראַסע און געשלעכט. אין אַן אַנדער אינטערוויו, פֿאַר דעם „דזשערוזאַלעם פּאָסט‟, האָט זי צוגעגעבן, אַז מע האָט זי, מסתּמא, אויסגעקליבן צו באַטייליקן זיך אין דער בכּבֿודיקער סעודה, ווײַל זי איז די ערשטע שוואַרצע „מיס ישׂראל‟ און אָבאַמאַ איז דער ערשטער שוואַרצער אַמעריקאַנער פּרעזידענט. „די צוויי קומען צוזאַמען‟.

אײַנאַוו האָט עמיגרירט פֿון עטיאָפּיע קיין ישׂראל, צוזאַמען מיט אירע זיידע-באָבע, ווען זי איז געווען 12 יאָר אַלט. זי האָט געמאָלדן אויפֿן ישׂראלדיקן צווייטן טעלעוויזיע-קאַנאַל, אַז זי קלײַבט זיך צו זאָגן דעם פּרעזידענט, אַז ער איז פֿאַר איר אַ הויכגעשעצטער מוסטער, און צו בעטן בײַ אים צו באַפֿרײַען יונתן פּאָלאַרדן.

דער מאָלצײַט וועט פֿאָרקומען די קומענדיקע וואָך, בעת אָבאַמאַס וויזיט קיין ישׂראל.


The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.





Would you like to receive updates about new stories?




















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.