פּוילן דערלויבט כּשרע שחיטה

Poland Will Allow Kosher Slaughter

דער פּוילישער אַגריקולטור־מיניסטער סטאַניסלאַוו קאַלעמבאַ שטיצט כּשרע שחיטה אין לאַנד
Getty Images
דער פּוילישער אַגריקולטור־מיניסטער סטאַניסלאַוו קאַלעמבאַ שטיצט כּשרע שחיטה אין לאַנד

Published March 15, 2013, issue of March 15, 2013.

מער ווי 50 אינטערנאַציאָנאַלע צער־בעלי־חיים־גרופּעס האָבן געשטיצט אַ געזעץ אין פּוילן, וואָס וואָלט פֿאַרווערט כּשרע שחיטה אין לאַנד, אָבער, עס זעט אויס, אַז די פּוילישע פּאַרלאַמענט וועט דעם פֿירלייג אָפּוואַרפֿן. די פּוילישע אָפּאָזיציע־פּאַרטיי „די פּאָליקאָט־באַוועגונג‟ האָט געשטיצט דאָס „אַנטי־שחיטה‟־געזעץ. אין די לענדער שוועדן, נאָרוועגיע און די שווייץ איז כּשרע שחיטה דאָרטן געוואָרן אומלעגאַל.

די גרופּעס קעגן שחיטה האַלטן, אַז דער אופֿן פֿון שעכטן חיות איז אוממענטשלעך, ווײַל מע טאָר נישט מאַכן אומבאַוווּסטזיניק די חיה, איידער מע שעכט זי. עס שטייט אין דער „אייראָפּעיִשער קאָנווענץ צו היטן חיות פֿון שעכטן‟, וועלכער איז געוואָרן דאָס געזעץ אין אייראָפּע דעם 1טן יאַנואַר 2013, אַז מע מוז אומבאַוווּסטזיניק מאַכן די חיה איידער מע שעכט, אָבער לענדער מעגן מאַכן אַן אויסנאַם צוליב רעליגיעזן פֿירעכץ.

די דעבאַטע אין דער פּוילישער סײַם מכּוח דעם ענין האָט זיך נישט פֿאַרענדיקט, אָבער געזעץ־מבֿינים האַלטן, אַז פֿאַר פּסח וועט מען שטימען לטובֿת דער כּשרער שחיטה. דער אַגריקולטור־מיניסטער סטאַניסלאַוו קאַלעמבאַ האָט מודיע געווען, אַז ער שטיצט כּשרע שחיטה און האָט שוין אַזוי געטענהט פֿאַרן פּאַרלאַמענט.

די פּוילישע קאָנסטיטוציע דערלאָזט נישט דאָס קוילן חיות אויב מע האָט זיי נישט אומבאַוווּסטזיניק געמאַכט פֿאַר דעם, אָבער אין 2004 האָט דער אַגריקולטור־מיניסטער געגעבן אַ דערלויבעניש פֿאַר דער ייִדישער שחיטה און דעם מוסולמענישן קוילען, און קיינער האָט יאָרן לאַנג נישט פּראָטעסטירט. סוף נאָוועמבער 2012 אָבער, האָט דאָס פּוילישע קאָנסטיטוציאָנעלע געריכט, ווי אַן ענטפֿער אויף אַ פּראָצעס דורכגעפֿירט פֿון צער־בעלי־חיים־גרופּעס, געגעבן אַ פּסק, אַז דאָס דערלויבעניש פֿון 2004 איז געווען אומלעגאַל. צוליב דעם פּסק האָבן זיך פֿאראייניקט די ייִדישע און מוסולמענישע באַפֿעלקערונגען אין לאַנד, וועלכע האָבן געבעטןרעליגיעזע פֿרײַהייט. די פֿאַרמער אין פּוילן שטיצן אויך די שחיטה, ווײַל זייער כּשר פֿלייש ווערט עקספּאָרטירט.