ערשטער „גיי‟ הויפּט־ראַבינער

Reconstructionists Elect Gay Leader

ראַבײַ דזשייסאָן קלײַן
ראַבײַ דזשייסאָן קלײַן

פֿון ייִט״אַ

Published March 15, 2013, issue of March 15, 2013.

ראַבײַ דזשייסאָן קלײַן, זינט 2006 דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון „הלל‟ בײַם מערילאַנדער אוניווערסיטעט לעבן באָלטימאָר, איז געוואָרן דער פֿירער פֿון דער רעקאָנסטרוקציאָניסטישער ראַבינער־אַסאָציאַציע (RRA) אויפֿן יערלעכן צוזאַמענפֿאָר אין ניו־אָרלינס, וואָס האָט זיך געענדיקט מיטוואָך. דאָס איז די ערשטע לאַנדישע ראַבינער-אַסאָציאַציע, וואָס מיט איר זאָל אָנפֿירן אַ האָמאָסעקסואַליסט.

קלײַן האָט באַקומען זײַן אָרדינאַציע אויף דער רעקאָנסטרוקציאָניסטישער ראַבינער-קאָנפֿערענץ אין 2002 און האָט גראַדויִרט פֿון קאָלאָמביע-אוניווערסיטעט אין 1997. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין מאָנטקלייר, ניו־דזשערזי. קלײַן האָט געאַרבעט פֿיר יאָר ווי דער ראַבינער פֿון דער קאָנגרעגאַצע “בית אמת” אויפֿן דרום-ברעג פֿון לאָנג-אײַלאַנד, ניו־יאָרק.

„מיר וואָלט ניט געווען אַזוי גרינג צו זײַן אָפֿן וועגן מײַן אָריענטאַציע און אויסצוּוואַקסן אַ ייִד מיט לײַטן צו גלײַך, ווען ניט די סך לערערס, ראַבינערס, און אַנדערע מדריכים, וואָס האָבן מיך געשטיצט‟, האָט קלײַן געזאָגט. „איך בין איצט זוכה בײַצושטײַערן מײַן חלק, אַזוי צו זאָגן, דורך העלפֿן מײַנע קאָלעגעס וואָס שאַפֿן הונדערטער וואַרעמע קהילות איבער גאַנץ צפֿון-אַמעריקע און אַפֿילו מעבֿר־לים.‟

די ראַבינער-אַסאָציאַציע האָט אויך אָפּגעגעבן כּבֿוד דער ראַבינערטע סענדי אײַזנבערג סאַסאָ, וואָס איז אין 1974 געוואָרן די ערשטע פֿרוי צו באַקומען די אָרדינאַציע פֿונעם רעקאָנסטרוקציאָניסטישן ראַבינער-קאָלעדזש. סאַסאָן האָט מען באַערט איידער זי האָט אויפֿגעגעבן איר שטעלע נאָך 36 יאָר דינען ווי די ראַבינערטע פֿון דער „בית אל צדק‟- קאָנגרעגאַציע אין אינדיאַנאַפּאָליס.