פֿרומע ייִדן מיט ביקסן

Frum Jews with Guns

ד״ר וולאַדימיר זעלענקאָ אויף אַ שיספּלאַץ אין אָראַנדזש־קאַונטי, נ״י, סעפּטעמבער 2011
Zelenko Family
ד״ר וולאַדימיר זעלענקאָ אויף אַ שיספּלאַץ אין אָראַנדזש־קאַונטי, נ״י, סעפּטעמבער 2011

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published March 15, 2013, issue of March 15, 2013.

במשך פֿון די לעצטע פּאָר חדשים זענען פּובליקירט געוואָרן אַ צאָל אַרטיקלען וועגן ייִדן, וועלכע פֿאַרמאָגן ביקסן און שטיצן די ביקסנרעכט-אָרגאַניזאַציע, National Rifle Association (NRA).

בדרך־כּלל האָבן יענע אַרטיקלען אָבער גערעדט וועגן סעקולערע ייִדן. דער געדאַנק, אַז אַ ייִד מיט ציצית זאָל גיין שיסן אין וואַלד אָדער אין אַ שיספּלאַץ, און נאָך הנאה האָבן דערפֿון, שטעלט זיך קעגן דעם סטערעאָטיפּ פֿונעם אויסגעדאַרטן, פֿיזיש שוואַכן ישיבֿה־בחור, וועלכער וויל גיכער זיצן אין בית־מדרש און לערנען גמרא.

ד״ר וולאַדימיר זעלענקאָ, אַ פֿרומער, קיִעוו־געבוירענער משפּחה־דאָקטער אין מאָנראָו, נ״י, פֿילט זיך אָבער זייער באַקוועם מיט אַ ביקס. „ווען איך פּראַקטיציר שיסן אויפֿן שיספּלאַץ, שפּאַנט עס מיך אויס,‟ האָט ער דערקלערט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. „שיסן איז אַן אָלימפּישער ספּאָרט, וואָס העלפֿט דיר מיטן פֿאָקוסירן, ממש ווי אַ מין מעדיטאַציע.‟

סימע־חנה זעלענקאָ, אַ מאַמע פֿון זעקס קינדער, קומט זעלטענער אויפֿן שיספּלאַץ ווי איר מאַן, אָבער איז אַליין אַ גאַנץ גוטע שיסערין
Zelenko Family
סימע־חנה זעלענקאָ, אַ מאַמע פֿון זעקס קינדער, קומט זעלטענער אויפֿן שיספּלאַץ ווי איר מאַן, אָבער איז אַליין אַ גאַנץ גוטע שיסערין

זײַן פֿרוי, סימע־חנה, אַ טאָכטער פֿון אַ ליובאַוויטשער משפּחה, גייט אויך פֿון צײַט צו צײַט שיסן מיט אים. „כ׳האָב זעקס קינדער אין דער היים, קיין עין־הרע, איז מיר נישט גרינג צו געפֿינען צײַט עס צו טאָן,‟ זאָגט זי. „אָבער ווען איך גיי, בין איך אַ גאַנץ גוטע שיסערין!‟

וולאַדימיר זעלענקאָ גייט אָבער נישט אויף געיעג, ווײַל ער וואָלט סײַ ווי נישט געקענט עסן די פֿייגל אָדער חיות, וואָס ער שיסט. אַ פֿרומער ייִד מעג נאָר עסן אַ חיה, וואָס מע האָט געשאָכטן לויטן דין. „דעם אמת געזאָגט, וויל איך סײַ ווי נישט אומזיסט אומברענגען אַ לעבעדיק באַשעפֿעניש,‟ האָט ער באַמערקט.

הגם די זעלענקאָס זענען נישט דערצויגן געוואָרן מיט ביקסן אין דער היים, האַלטן זיי, אַז אַ משפּחה דאַרף הײַנט האָבן מיטלען זיך צו פֿאַרטיידיקן. „מיר וווינען אין אַ דאָרפֿישער געגנט פֿון אָראַנדזש־קאַונטי, וווּ עס וווינען ווייניק ייִדן,‟ האָט ער געזאָגט. „שוין עטלעכע מאָל איז אונדזער פּאָסטקעסטל, און אויך אונדזער אויטאָ, וואַנדאַליזירט געוואָרן. איין מענטש האָט נישט איין מאָל געשריגן אַנטיסעמיטישע לאָזונגען אויף מײַנע קינדער, האָבן מיר געמוזט באַשטעלן אַ פּאָליציאַנט אים נאָכצוגיין.‟

„איך האַלט, אַז גאָט איז אונדזער באַשיצער, ער האָט דאָך באַשאַפֿן די וועלט… אָבער מיר דאַרפֿן אויך טאָן אונדזער חלק זיך צו באַשיצן,‟ האָט ער צוגעגעבן.

בײַ אָליווער שפּיראָ, אַ פֿרומער טאַטע פֿון דרײַ זין אין ליווינגסטאָן, ניו־דזשערזי, איז דער אינטערעס צו ביקסן נישט פֿאַרבונדן מיט באַשיצונג, נאָר מיט זײַן ליבשאַפֿט פֿאַרן ספּאָרט. זינט זײַנע זין זענען אַלט געוואָרן 7־8 יאָר, נעמט ער זיי וואַרפֿטויב־שיסן (trap shooting, בלע״ז) — אַ ספּאָרט וווּ ליימענע טויבן ווערן דורך אַ מאַשין אַרויסגעשטויסן אין דער לופֿטן, כּדי דער מענטש זאָל זיי אַראָפּשיסן.

דעם פֿאַרגאַנגענעם אָקטאָבער, גלײַך נאָך די יום־טובֿים, האָט אָליווער מיטגענומען זײַן 22־יאָריקן זון מאַקס, און מאַקס׳ חבֿרותא פֿון דער ירושלימער ישיבֿה, וווּ ער האָט זיך לעצטנס געלערנט. זיי האָבן דאָרט פֿאַרבראַכט אַ גאַנצן טאָג אין איינעם.

מיט יאָרן צוריק פֿלעגט אָליווער שיסן אמתע פֿייגל, אָבער צוליב דעם וואָס דערשאָסענע פֿייגל זענען נישט כּשר, פֿלעגט ער זיי אַוועקשענקען זײַנע נישט־ייִדישע שכנים, אָדער ברענגען דער אָרגאַניזאַציע, Hunters Helping the Hungry — וואָס זאַמלט די געשאָסענע חיות פֿון די יעגער און ברענגט זיי אין די שפּײַז-אַנשטאַלטן פֿאַר אָרעמע-לײַט.

אָליווער האָט אַ זאַמלונג פֿון ביקסן אין שטוב, אָבער ער וואָלט זיי קיין מאָל נישט געניצט ווי אַ מיטל פֿון באַשיצונג. „אויב איך וואָלט טאַקע געוואָלט דאָס אַחריות צו באַשיצן מײַן משפּחה, וואָלט איך נאָך געמוזט גיין אויף אַ סך מער טרענירונג,‟ האָט ער געזאָגט. „דערפֿאַר איז דאָס געווער תּמיד פֿאַרשלאָסן, האָט נישט קיין קוילן, און איך בין דער איינציקער מיטן שליסל.‟

אָליווערס פֿרוי, דעבאָראַ, האָט דערציילט, אַז איר טאַטע, דער זון פֿון אַ רבֿ, האָט פֿאַרמאָגט אַ פּיסטויל, ווײַל ער האָט געאַרבעט ווי אַ כירורג בײַ דער פּאָליציי, און האָט אָפֿט מאָל געדאַרפֿט באַגלייטן די פּאָליציאַנטן אין געפֿערלעכע ערטער, טאָמער וואָלט איינער פֿון זיי פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן.

„ווען איך פֿלעג ברענגען מײַנע קינדער צו אים אַהיים, האָב איך אים געזאָגט, אַז עס מאַכט מיך נערוועז צו וויסן, אַז ער פֿאַרמאָגט אַ פּיסטויל,‟ האָט דעבאָראַ געזאָגט. „פֿלעגט ער מיר ענטפֿערן: ׳האָסטו עס דאָ אַ מאָל געזען? ווען דו ביסט געווען אַ קינד האָסטו עס אַפֿילו נישט באַמערקט, ווײַל ס׳איז תּמיד געווען פֿאַרשלאָסן.׳‟

די פּאָר מאָל, וואָס דעבאָראַ האָט באַגלייט איר משפּחה צום שיספּלאַץ, איז עס איר דווקא נישט געפֿעלן געוואָרן. „יעדער שאָס מאַכט אַ הילכיקן טראַסק, און די ביקס, ווען מע שיסט מיט איר, שטויסט זי דיך אָן אַזוי שטאַרק אין אַקסל, אַז איך פֿלעג אַהיימקומען מיט סיניקעס.‟

פֿון דעסט וועגן, איז דעבאָראַ אַ שטאַרקע שטיצערין פֿונעם רעכט צו פֿאַרמאָגן געווער. „איך זאָרג זיך טאַקע וועגן דעם וואָס מיר פֿאַרלירן, צו ביסלעך, אונדזערע ציווילע רעכט דאָ אין אַמעריקע, און אַז מע וועט מיט דער צײַט קאָנפֿיסקירן די וואָפֿנס פֿון אַלע אַמעריקאַנער, אַזוי ווי אינעם פֿילם Minority Report,‟ האָט זי באַמערקט. דער פֿילם שילדערט אַ צוקונפֿטדיקע געזעלשאַפֿט, וווּ די פּאָליציי קאָן אַרעסטירן אַ מערדער, נאָך איידער ער באַגייט אַ פֿאַרברעכן.

זעלענקאָ זאָגט, אַז די תּורה איז זייער קלאָר וועגן דער וויכטיקייט פֿון אַליין־פֿאַרטיידיקונג. „אין חומש שטייט, אַז ווען יעקבֿ אָבֿינו האָט געזען ווי זײַן ברודער עשׂו קומט אים אַנטקעגן, האָט ער געטאָן דרײַ זאַכן: געדאַוונט, געשיקט מתּנות און זיך געגרייט פֿאַר מלחמה,‟ האָט ער דערקלערט. „אַזאַ צוגאַנג, האַלט איך, איז אַ מוסטער פֿאַר אונדז אַלעמען.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.