ייִדישע בילדונג פֿאַר קראַנקע

Jewish Education for Disabled


פֿון סעט בערקמאַן און ען כּהן (Forward)

Published March 18, 2013, issue of March 29, 2013.

ניו-יאָרק. — דוד בערנשטיין, דער אויספֿיר-דירעקטאָר פֿון דער פּראָ-ישׂראלדיקער גרופּע „דוד-פּראָיעקט‟, פֿאַרנעמט זיך שוין אַ סך יאָר מיט קהילה-אַקטיוויזם. נישט לאַנג צוריק האָט ער זיך דערפֿילט איזאָלירט, ווען די ייִדישע שול אין וואַשינגטאָן, וווּ זײַן 7־יאָריקער זון פֿלעגט זיך לערנען, האָט אָפּגעזאָגט דעם ייִנגל צוליב דעם, וואָס ער איז דיאַגנאָזירט געוואָרן מיט „ADHD‟ — סינדראָם פֿון היפּעראַקטיווקייט און אויפֿמערק-דעפֿיציט.

בערשטיין האָט געמאָלדן, אַז די שול-אַדמיניסטראַציע האָט גאַנץ קלאָר דערקלערט, אַז זי וויל נישט באַזאָרגן זײַן קינד מיט די נייטיקע ספּעציעלע באַדערפֿענישן. „שטעלט זיך פֿאָר, אַז די קהילה וואַרפֿט דיך אַרויס און זאָגט, אַז זי וויל נישט מער געבן דײַן קינד אַ ייִדישע בילדונג‟. דער באַליידיקטער טאַטע האָט צוגעגעבן, אַז ער קען אַ צאָל אַנדערע עלטערן, וועלכע האָבן זיך געטראָפֿן מיט ענלעכע פּראָבלעמען.

דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ האָט זיך פֿאַרבונדן מיטן וואָרטזאָגער פֿון דער דערמאָנטער שול; בערנשטיין האָט געבעטן נישט מפֿרסם צו זײַן איר נאָמען. דער פֿאָרשטייער פֿון דער בילדונג־אינסטאַנץ האָט געזאָגט, אַז הגם זיי פּרוּוון אָנצושליסן וואָס מער קינדער, מיינט עס נישט, אַז זיי קאָנען אָננעמען יעדן תּלמיד.

אַזאַ סיטואַציע טרעפֿט זיך סײַ מיט פּשוטע דורכשניטלעכע משפּחות, סײַ מיט די קינדער פֿון באַקאַנטע קהילה-פֿירער. פֿאַר אָרעמע עלטערן, וועלכע קאָנען קוים געפֿינען געלט פֿאַר אַ פּריוואַטער שול, פֿאַרשאַפֿט אַזאַ מצבֿ מער פּראָבלעמען. עס פֿרעגט זיך אַ קשיא: צי מוזן די ייִדישע קהילות באַזאָרגן יעדעס קינד אָדער נישט, ווען די קהילה-סיסטעם אַליין לײַדט הײַנט פֿון פֿינאַנציעלע צרות?

לויט דער ספּעציעלער אַגענטור „מתּן‟, וועלכע פֿאַרנעמט זיך מיט אַזעלכע קינדער, און לויט דער „פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישע קעמפּס‟, זענען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿאַראַן בערך 200,000 ייִדישע קינדער מיט פֿאַרשיידענע געזונט-פּראָבלעמען, וועלכע שאַטן זייער בילדונג — פֿון לײַכטער דיסלעקסיע ביזן שווערן אַוטיזם. בערנשטיין האָט באַטאָנט, אַז אַזעלכע עלטערן, ווי ער, געפֿינען זיך אין אַ דעליקאַטער סיטואַציע. פֿון איין זײַט, ווילן זיי אַרויסווײַזן זייער פּראָטעסט קעגן דער אומוויליקייט פֿון די שולן אָנצונעמען זייערע קינדער; אין דער זעלבער צײַט, ווילן זיי אָבער אויך נישט אונטעררײַסן די בילדונג-סיסטעם, וועלכע פֿירט אויס אַ וויכטיקע ראָלע אין זייערע קהילות.

שעלי כּהן, די גרינדערין און דירעקטאָרין פֿונעם „ייִדישן אײַנשליסונג-פּראָיעקט‟, באַציט זיך מער נעגאַטיוו צו דער עקזיסטירנדיקער ייִדישער בילדונג־סיסטעם. איר פֿאַרשטאָרבענער זון האָט געליטן פֿון דער „דוטשין-דיסטראָפֿיע‟ — אַ שרעקלעכע קראַנקייט, מיט וועלכער אַ קינד קאָן נישט גיין און זיך לערנען ווי געהעריק, און דערלעבט נישט, געוויינטלעך, ביזן דערוואַקסענעם עלטער. כּהן האָט דערציילט, אַז ווען איר קינד האָט נאָך געלעבט, האָט זי זיך געווענדט צו כּלערליי ייִדישע שולן, פֿון פּלוראַליסטישע און רעפֿאָרמער ביז אָרטאָדאָקסישע. אַלע האָבן זיך אָפּגעזאָגט אים אײַנצושליסן.

צום סוף, האָט כּהן — אַ פֿאַרמעגלעכע ניו-יאָרקער פֿילאַנטראָפּין מיט אַ ברייטער נעץ פֿון פֿאַרבינדונגען — געפֿונען אַ שול פֿאַר איר זון, מיט דער הילף פֿון פֿאַרשיידענע באַקאַנטשאַפֿטן און פּראָטעקציעס. אַ טייל אַנדערע משפּחות אין אַזאַ מצבֿ, וועלכע האָבן נישט אַזאַ אײַנפֿלוס, פֿאַרלאָזן צומאָל בכלל די ייִדישע קהילה, ווען זיי געפֿינען אויס, אַז קיין שום שול וויל נישט אָננעמען זייערע קראַנקע קינדער.

דזשעפֿרי ליכטמאַן, דער נאַציאָנאַלער דירעקטאָר פֿון „יחד‟, דער אַמעריקאַמער ייִדישער קהילה-ראַט פֿאַר אינוואַלידן, האָט דערקלערט, אַז נישט-געזונטע קינדער שטויסן זיך אָן אויף דרײַ עיקר-פּראָבלעמען: די שטײַגנדיקע פּרײַזן פֿון בילדונג, די באַדערפֿענישן צו געפֿינען ספּעציעלע פּעדאַגאָגן און די באַציִונג פֿון דער שול-אַדמיניסטראַציע. ליכטמאַן האָט געטענהט, אַז דאָס לעצטע איז די גרעסטע פּראָבלעם. ער האָט דערציילט, אַז ווען זײַן אָרגאַניזאַציע האָט פֿאָרגעלייגט אַ פּראָגראַם פֿאַר קינדער מיט געזונט-פּראָבלעמען בעת דער „קאָנפֿערענץ פֿון צפֿון-אַמעריקאַנער ייִדישע טאָגשולן‟, אין פֿעברואַר, האָט קיינער נישט געוואָלט הערן וועגן דעם.

דזשיין וועסט וואָלש, אַן אָרגאַניזאַטאָרין פֿון דער דאָזיקער קאָנפֿערענץ, האָט אָבער געענטפֿערט אויף דער דאָזיקע טענה, אַז הײַיאָר איז די עיקר-טעמע פֿון די דיסקוסיעס געווען „פֿירערשאַפֿט‟, דערפֿאַר האָט מען זיך ווייניק פֿאָקוסירט אויף אַנדערע פֿראַגעס. זי האָט אויך אַ קינד, וואָס נייטיקט זיך אין ספּעציעלע באַדערפֿענישן. וואָלש האָט דערציילט, אַז אין די פֿריִערדיקע יאָרן האָט מען יאָ באַטראַכט די פּראָבלעמען פֿון נישט-געזונטע קינדער אויף דער קאָנפֿערענץ. אין פֿאַרגלײַך מיט ליכטמאַנען, האַלט זי, אַז די הויפּט-שוועריקייט איז נישט די גלײַכגילטיקע באַציִונג פֿון די שולן, נאָר דער פֿינאַנץ-מאַנגל.

מישעל וואָלף, אַ מיטאַרבעטערין פֿון אַ נישט-קאָמערציעלער אָרגאַניזאַציע אין לאָס-אַנדזשעלעס, וועלכע פֿירט אַ בלאָג וועגן אינוואַליד-פּראָבלעמען פֿאַר אַן אָרטיקן ייִדישן נײַעס־זשורנאַל, האָט אַ קינד, וואָס לײַדט פֿון אַ צערעבראַלן פּאַראַליז. ווען איר זון האָט באַקומען דעם דיאַגנאָז בײַ 13 חדשים, האָט זי אַפֿילו נישט געפּרוּווט זיך צו ווענדן אין ייִדישע טאָגשולן, וויסנדיק פֿון פֿריִער, אַז ער וואָלט דאָרטן סײַ-ווי-סײַ נישט געקאָנט באַקומען די נייטיקע טעראַפּיע. נישט געקוקט אויך דעם, וואָס וואָלף האָט פֿון אָנהייב אָן נישט געגלייבט, אַז די ייִדישע שול-סיסטעם וועט איר קומען צו הילף, איז זי געבליבן פֿאַרבונדן מיט דער קהילה. איר זון האָט געפּראַוועט זײַן בר-מיצווה אינעם יאָר 2008.

דזשעניפֿער לאַזלאָ מזרחי, די גרינדערין און פּרעזידענטין פֿון „לאַזלאָ-סטראַטעגיעס‟ — אַ קאָנסולטאַציע-פֿירמע, וועלכע פֿאַרנעמט זיך, צווישן אַנדערע ענינים, מיט קינדער-אינוואַלידן, האָט נישט לאַנג צוריק אָנגעשריבן אַן אַרטיקל אינעם Forward, וווּ זי קריטיקירט די ייִדישע שול-סיסטעם פֿאַר דעם, וואָס דער צוועק אײַנצושליסן אַלץ מער קינדער מיט געזונט-פּראָבלעמען איז „קיינמאָל נישט געווען אַ פּריאָריטעט אין דער ייִדישער קהילה‟. מזרחי, אַ מאַמע פֿון אַ נישט-געזונט קינד, האָט געטענהט, אַז זי קען עטלעכע עלטערן, וועלכע האָבן פֿאָרגעלייגט דער שול אַ פֿולן פּרײַז פֿאַר אַלע ספּעציפֿישע באַדערפֿענישן; פֿונדעסטוועגן, האָבן די שולן זיך אָפּגעזאָגט אָנצונעמען זייערע קינדער.