דער גאָלדענער קרײץ

The Golden Cross

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 19, 2013, issue of March 29, 2013.

אַזוי ווי איך געפֿין זיך דאָס מאָל אין פֿלאָרידע צום ערשטן מאָל כּמעט אויפֿן גאַנצן ווינטער, זע איך זיך זייער אָפֿט מיט מײַנע קאַנאַדער קוזינען, ווײַל זיי וווינען נישט ווײַט פֿון מיר, אין אַ פֿאַרצוימטער געגנט וואָס הייסט “ווינמאָר.” עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז אין דער זעלבער סבֿיבֿה קומען צו פֿליִען די ווינטער־פֿייגל, ווי מען רופֿט זיי, פֿון טאָראָנטאָ, מאָנטרעאָל און אַנדערע קאַנאַדער שטעט. אַגבֿ איז די גאַנצע געגנט פֿון די אַרומיקע שטעטלעך פֿול מיט די פֿאַרצוימטע וווין־ערטער, ס’רובֿ זײַנען זיי באַזעצט מיט אַ פּענסיאָנירטן עולם.

די טאָראָנטאָ־גוואַרדיע האַלט זיך אין איינעם און אָפּגעשײדט פֿון דער מאָנטרעאָלער גרופּע. די חבֿרה נעמט זיך צוזאַמען אין די דירות פֿון זייערע באַקאַנטע, מען שמועסט, מען שפּילט אַ קערטל, מען גייט אין רעסטאָראַן צוזאַמען, אין צײַט פֿאַר דער “אוירלי בוירד ספּעשל דינער,” מען זיצט בײַ דעם וואַסער־באַסיין, מען פּרעגלט זיך אויף דער זון, מ’קאַליאַקעט, מ’באַרעדט ביז די זון גייט אונטער.

דרײַ מאָל אַ וואָך קומען פֿאָר טענץ און געזאַנגען נישט ווײַט פֿון מיאַמי־ביטש, וווּ עס זאַמלט זיך צונויף אַ שפּאָרער עולם. דאָרט הערט מען אַ זינגער וואָס פֿאַרווײַלט אויף העברעיִש, ייִדיש, רוסיש און ענגליש. דערצו שפּילט אַן אָרקעסטער און פּאָרלעך טאַנצן — יונגע, אַלטע, אַפֿילו קינדערלעך דרייען זיך צווישן די פֿיס. ס’רובֿ קומען זיך צונויף ישׂראלים, מיט איין וואָרט, ס’איז אַ לעבעדיקע וועלט.

כּמעט אַלע מײַנע טאָראָנטאָ־קוזינען רעדן אַ געזונטן ייִדיש. דערציילט מיר מײַן קוזינע רבֿקה אַזאַ מעשׂה:

“שטעל זיך פֿאָר, מיר קומען אַהיים אַמאָל שפּעטלעך, שטעלן אַוועק דעם אויטאָ אויפֿן ריכטיקן פּלאַץ און גייען זיך אַזוי געמיטלעך אַהיים. ווי נאָר איך האָב אַ טרעט געטאָן אויפֿן גראָז, האָב איך דערזען עפּעס אַ בלישטשענדיקע זאַך. איך רוף מײַן הערשלען, ער זאָל אַ קוק טאָן צווישן די גרעזער, זאָגט ער מיר: ׳נישט געשטויגן־נישט געפֿלויגן׳, ס’איז מסתּמא אַ פּלאַסטיש זעקעלע וואָס גלאַנצט אין דער נאַכט אונטערן גאַסן־לאָמפּ.׳

“נעם איך און בייג זיך אײַן און געפֿין אַ שווערן גאָלדענעם קרײץ מיט אַן אויסלענדיש צעטעלע וואָס לייענט זיך: ׳אַכצן קאַראַטיקער גאָלד אין דער ווערט פֿון טויזנט דאָלער׳.

„וואָזשע טוט מען און וואָסער עצה גיט מען זיך? איך דאַרף נישט קיין גוייִשן קרײץ, מוז מען זוכן עמעצן וואָס האָט עס פֿאַרלוירן. לויף איך שוין אין ׳אָפֿיס׳ פֿונעם קאָמפּלעקס און ווײַז זיי וואָס איך האָב געפֿונען. זאָגן זיי מיר, אַז קיינער האָט זיך נישט געוואָנדן צו זיי מיטן פֿאַרלוסט. פֿרעג איך זיי, וואָס זאָל איך טאָן דערמיט, זאָגן זיי, טראָג עס, ס’איז אַ טײַער בײַטשל.

„זאָג איך זיי, אַז איך בין אַ ייִדישע טאָכטער און טראָג נישט אַזעלכע צאַצקעס, זאָגן זיי, טו דערמיט וואָס דו ווילסט, אַבי לאָז אונדז אַרויס פֿונעם עסק. געזען אַזאַ זאַך האָב איך געטראַכט, ווי ווערט מען פּטור פֿון אַזאַ אָנשיקעניש? האָט מען זיך דערטראַכט, אויב ס’איז ווערט אַ טויזנטער, לאָמיר עס פֿאַרקויפֿן און נעמען אַ ׳קרוז’ אין די באַהאַמאַס.

„געפֿינען מיר דאָ אַ גאָלד־געשעפֿט. ווײַזט מען דעם פֿאַרקויפֿער דעם גאָלדענעם קרייץ. יענער באַטראַכט עס און זאָגט: ׳איך וועל אײַך געבן 750 דאָלער דערפֿאַר.׳ כאַפּט מען דעם קרײץ און מ’גייט אין אַ צווייט גאָלד־געשעפֿט. יענער וויל אונדז געבן בלויז 650 דאָלער. לויפֿן מיר שוין צום ערשטן פֿאַרקויפֿער פֿון גאָלד און זאָגן אים: ׳מיר ווילן זיך משווה זײַן אויף 750 דאָלער.׳

„נעמט יענער צו דעם קרײץ, ברענגט אַרײַן עפּעס אַ מאַשינקעלע, לאָזט אַראָפּ דאָס שטיק גאָלד אין די לויפֿנדיקע קעמערלעך. דאָס מאַשינקעלע הייבט אָן צו קרעכצן און אָכצן ביז עס שטעלט זיך אָפּ. שוין, האָט מען געמיינט, באַלד ווערן מיר באַגליקט מיטן געפֿינס.

„דער פֿאַרקויפֿער הייבט אָן צו לאַכן און אין צווישן טוט ער אונדז מודיע זײַן אַז דער קרײץ האָט קיין שום ווערט נישט, ער איז באַגילדט און ווערט אַן אויסגעבלאָזן איי. לאָזט מען אים איבער דעם שווערן קרײץ און מאַכן: ׳האַלט זיך דערמיט, פֿאַר אונדז האָט דער קרײץ אַוודאי קיין שום ווערט נישט; פֿאַרקערט, מיר האָבן קאָשמאַרן בײַנאַכט דערפֿון ווײַל עס דערמאָנט אונדז אין ביטערע צײַטן.׳

„זײַנען מיר אַהיים געגאַנגען גוט געשטימט, גענומען אַ גלעזעלע ווײַן און זיך גוט צעלאַכט: וואָס איז אונדז פּלוצעם אײַנגעפֿאַלן אַזאַ ווילדער געדאַנק, און באַלד איז אונדז געקומען אין זינען, אַז די דײַטשן האָבן זיך אַפֿילו געקוואַפּעט אויף ייִדישע גאָלדענע צײן, און מיר ייִדן ציטערן צו צעלאָזן אַ גאָלדענעם קרײץ.‟

איך האָב רבֿקהן אויסגעהערט מיט גרויס אינטערעס און געטראַכט, אַ גאָלדענע טעמע פֿאַר מײַנס אַן אַרטיקעלע.