מחשבֿות נאָך אָבאַמאַס באַזוך

Thoughts after Obamas’ visit

Getty Images

פֿון עמיל קאַלין

Published March 22, 2013, issue of March 29, 2013.

אָבאַמאַס רעדע נעכטן אין ירושלים איז איבערגעריסן געוואָרן אַ סך מאָל פֿון דעם ישׂראלדיקן עולם, וואָס האָט אַפּלאָדירט יעדע פּאָר זאַצן. די סצענע האָט מיר דערמאָנט יענע צײַטן, ווען דער רומענישער דיקטאַטאָר ניקאָלאַע טשאַושעסקו פֿלעגט האַלטן זײַנע רעדעס אין אַ זאַל, פֿול געפּאַקט מיט די פּני פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.

די אָפּלאָדיסמענטן זענען געווען שטורמישע אין ביידע פֿאַלן, אָבער אַ תּהום ליגט צווישן די צוויי פּרעזידענטן, און צוליב אָט דעם תּהום, צוליב אָבאַמאַס וואַרעמקייט און מיטגעפֿיל, קומט אָן מיר — און אַ סך אַנדערע ישׂראלים — שווער צו בלײַבן קאַלט און זיך נישט אײַנקוקן אין אָבאַמאַן.

אויב פֿריִער האָט עס מיר אויסגעזען מאָדנע, הלמאי ער געפֿעלט עפּעס אַזוי שטאַרק די אַמעריקאַנער, קאָן איך עס אַצינד דערקלערן.

אָבאַמאַ האָט גערעדט צו די הערצער. ער האָט גערעדט וועגן זײַן וויזיע, טרוימען און אויסגעדריקט די האָפֿענונג, אַז אַ בעסערע צוקונפֿט איז טאַקע מעגלעך. ער האָט זיך באַצויגן צו די ישׂראלים ווי צו גלײַכע שותּפֿים, חבֿרים. די געציילטע העברעיִשע ווערטער, אַרויסגערעדט מיט אַ שווערן אַמעריקאַנער אַקצענט, האָבן אַרויסגערופֿן פֿרייד און געפֿילן פֿון נאָענטשאַפֿט.

אָבאַמאַ האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון דעם פֿאַרהאַרטעוועטן, פֿאַרריסענעם, באַפֿאַלערישן טאָן, מיט וועלכן ער האָט זיך באַנוצט אין זײַנע ערשטע טעג אין דעם „ווײַסן הויז‟, מיט איבער פֿיר יאָר צוריק.

עס האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז וואָס איז בײַ אים אויף דער לונג, איז אויך אויף דער צונג. עס שײַנט, אַז די ישׂראלים, און, דער עיקר, די וואָס שטימען נישט צו מיט יעדן וואָרט זײַנעם, האָבן אויך געקראָגן אָפּשײַ פֿאַר זײַן אָפֿנהאַרציקייט און גלויבן.

ישׂראל מעג דאָס מאָל זײַן זייער צופֿרידן מיט אָבאַמען, און אָבאַמאַ מיט ישׂראל. עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו בײַטן דעם שלעכטן שם וואָס ער האָט באַקומען פֿריִער בײַ דעם ישׂראלדיקן ציבור.

בײַ די פּאַלעסטינער — נישטאָ קיין נײַעס. די אייביקע מרה-שחורה הערשט בײַ זיי נאָך אַלץ און עס איז זייער גרינג צו פֿאַרשטיין פֿאַרוואָס. אמת, זיי האָבן זיך נישט געריכט, אַז אָבאַמאַ וועט ברענגען מיט זיך בשׂורות-טובֿות און ישועות, אָבער דאַכט זיך, אַז אַזאַ הילכיקן פּאַטש ווי ער האָט זיי דערלאַנגט לעצטנס, האָט זיך זיי נישט געחלומט.

אין זײַן רעדע אין ראַמאַלאַ האָט אָבאַמאַ אָפּגעוואָרפֿן אַלע פּאַלעסטינער באַדינגונגען צו באַנײַען די שלום-פֿאַרהאַנדלונג און איבערגעחזרט די ישׂראלדיקע שטעלונג כּמעט וואָרט בײַ וואָרט; ער האָט אונטערגעשטראָכן, אַז די פֿאַרהאַנדלונגען מוז מען אָנהייבן אָן די פֿריִערדיקע באַדינגונגען, ווי למשל, אָפּצושטעלן דאָס בויען אויף די שטחים, באַפֿרײַען אַרעסטאַנטן וכּדומה.

ער האָט גערעדט וועגן שלום צווישן צוויי מדינות פֿאַר צוויי פֿעלקער. דאָס איז אַגבֿ נתניהוס פֿאַרלאַנג, וואָס די פּאַלעסטינער האָבן ביז אַהער אָפּגעוואָרפֿן. זיי זענען דערווײַל נישט גרייט צו אָנערקענען ישׂראל ווי די מדינה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

די שטעלונג וואָס אָבאַמאַ האָט אָנגענומען, איז אַ מפּלה פֿאַר דער פּאַלעסטינער אויסערן-פֿאָליטיק. דערצו האָט ער קלאָר פֿאַרדאַמט די שיסערײַ פֿון די ראַקעטן אויף שׂדרות. די ראַקעטן וואָס „כאַמאַס‟ האָט אויסגעשאָסן אויף שׂדרות דאָנערשטיק, האָבן אַרײַנגעבראַכט אַבאַסן און פֿאַיאַדן אין פֿאַרלעגנהייט. אויסשיסנדיק פּונקט פֿאַר דעם וואָס אָבאַמאַ איז געקומען קיין ראַמאַלאַ, האָט „כאַמאַס‟ אַרויסגעשטעלט זיי ביידע פֿאַר די פּאַלעסטינער, ווי צוויי פֿאַררעטער וואָס טאַנצן מה-יפית פֿאַר דער פֿאַרהאַסטער אַמעריקע; בשעת דווקא „כאַמאַס‟ איז ממשיך זײַן ווידערשטאַנד אָן פּשרות. פֿון דער צווייטער זײַט, איז דאָס אַ באַווײַז פֿאַר אָבאַמאַ, אַז די פּאַלעסטינער זענען די אָנגרײַפֿער, און אַן אָפּמאַך מיט זיי איז ווערט דאָס פּאַפּיר, אויף וועלכן ער איז געשריבן געוואָרן.

מע דאַרף דערמאָנען, אַז אַמעריקע איז איינע פֿון די גאַראַנטן צום פֿײַער-איבעררײַס צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟. דאָס וואָס די שיסערײַ פֿאַרשטאַרקט די שטעלונג פֿון ישׂראל און מאַכט שאָדן די פּאַלעסטינער, גייט „כאַמאַס‟ נישט אָן, אַבי אָפּטאָן אַבאַסן אויף צעפּיקעניש.

די שׂינאה צווישן די פּאַלענסטינער איז גרײַלעך גרעסער, ווי זייער שׂינאה צו ישׂראל.

נאָך אַן ענין: אָבאַמאַ האָט קריטיקירט די איניציאַטיוו פֿון ישׂראל צו באַזעצן דעם E1־שטח, אָבער ישׂראל האָט אין דער אמתן נישט קיין אינטערעס צו בויען איצט. ישׂראל ניצט דעם E1־שטח ווי אַ קאָרט צו סטראַשען דערמיט די פּאַלעסטינער. עס וועלן אַריבער לאַנגע יאָרן ביז אַ ישׂראלדיק הויז וועט אויפֿגעבויט ווערן, אויב דאָס וועט בכלל געשען אַ מאָל.

וואָס וועט געשען ווײַטער? נבֿיאות זאָגן איז אַ געפֿערלעכע פּראָפֿעסיע, באַזונדערס אין דעם מיטל-מיזרח; דאָך, וועל איך נעמען אויף זיך דעם עול. ישׂראל וועט אָנהייבן רעדן ווייכער וועגן דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ און געבן צו פֿאַרשטיין, אַז זי איז מסכּים צו זיצן מיט די פּאַלעסטינער אַרום איין טיש און אַרומרעדן, ווי מע קען אָנגיין ווײַטער מיטן שלום-פּראָצעס. דאָס וועט זי טאָן, כּדי אָפּצושטויסן די אינטערנאַציאָנאַלע קריטיק און אַרויסווײַזן איר גוטן ווילן.

מאַכמוד אַבאַס געפֿינט זיך אין אַ קלעם; אויב ער וועט באַנײַען די באַהאַנדלונגען מיט ישׂראל, וועט ער אויסזען ווי אַ שוואַכער פֿירער, אַ קנעכט פֿון אַמעריקע.

„כאַמאַס‟ וועט נישט פֿאַרזען אַזאַ געלעגנהייט און מאַכן אים דעם טויט. אויב ער וועט ווײַטער זיך האַלטן בײַ זײַנע פֿריִערדיקע באַדינגונגען, וועט זיך אַמעריקע און אפֿשר אויך מערבֿ-אייראָפּע באַציִען צו אים ווי אַ שטיין אין וועג פֿאַרן שלום, און נישט ווי אַ טייל פֿון דער לייזונג.

דאָס קען פֿירן צו זײַן איזאָלאַציע ווי עס איז געשען מיט אַראַפֿאַטן. יעדנפֿאַלס, עס איז קלאָר, אַז קיין ממשותדיקס וועט פֿון דעם נישט אַרויסקומען.

אָבאַמאַס שיינע ווערטער קענען נישט לייזן די פּראָבלעם פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים, אַרויסטרײַבן אַ העלפֿט מיליאָן ייִדן פֿון זייערע היימען אויף די שטחים און אײַנטיילן ירושלים אַזוי, אַז ביידע צדדים זאָלן זײַן צופֿרידן.

אָבאַמאַ איז אַוועק די חמימה בלײַבט.