אַ קינד פֿון דרײַ וועלטן

A Child of Three Wordls

די בר־מיצווה, בילד פֿון מאָריץ אָפּענהײַם, 1873
די בר־מיצווה, בילד פֿון מאָריץ אָפּענהײַם, 1873

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 29, 2013, issue of March 29, 2013.

ווען די מענטשהייט האָט צוגענומען גאָט ווי אַ גלײַכן שותּף צום באַשאַף פֿון אַן עופֿהלע, זײַנען דעם קינדס וועלטן צעשפּאָלטן געוואָרן אין דרײַען, נעמלעך דער מאַמעס וועלט, דעם טאַטנס און די וועלט פֿונעם רוח־הקודש מיט די עולמות עליונות.

ווי גייט דאָס ווערטל, ווען עס ווערט געבוירן אַ קינד אַ זכר:

„דאָס קינד זאָל אויסוואַקסן צו גאָט און צו לײַט,‟ אָדער „דאָס קינד פֿאַרמאָגט אַ נשמה יתירו…‟

און דער אמת איז, אַז שוין בײַם געבורט פֿון אַ ייִנגעלע, ווינטשט מען טאַטע־מאַמע ער זאָל אויסוואַקסן אַ רב בײַ ייִדן, אַ תּלמיד־חכם, אַן עילוי, דער עיקר, ער זאָל האָבן גאָט אין האַרצן, ווײַל דער דריטער שותּף האָט השפּעה, אַזוי ווערט געשמועסט צווישן עולם.

וואָס טוט מען אָבער בײַם געבורט פֿון אַ מיידל? גייען די ווינטשעוואַניעס אין דער פֿאַרקערטער ריכטונג: „זי זאָל אויסוואַקסן אַ געראָטן קינד, אַ געטרײַע טאָכטער, אַ גוטע בעל־הביתטע, אַ געטרײַ ווײַב און מאַמע צו אירע קינדער און אייניקלעך כּן־ירבו.‟

און וואָס טוט מען, ווען גאָט האָט פֿאַרזען ביידע טאַטע־מאַמע, זיך פֿאַרגאַפּיעט מסתּמא אויף אַ פֿליִענדיקן טעלער, און נישט אויסגעטיילט די געהעריקע שבֿע־ברכות, אָן אַן אויפֿרוף, אָן וואַרעמעס, אָן אַ חופּה-וועטשערע, צומאָל אָן אַ חופּה־וקידושין, איז דערפֿון נישט אַרויסגעשפּרונגען קיין זיווג מן־שמים, נישט מער ווי אַ ממה־נפֿשך פּאָרל…

דער בחור איז געוואַקסן, באַגלייט פֿון אַ פֿאַס מיט חלומות, זי מיט אַ ליידיקע וויאַדרע מיט מרה־שחורה, און גאָט העלפֿט און עס ווערט בײַ זיי געבוירן אַ טעכטערל־טאָכטער, אָן שום ווינטשעוואַניעס אָדער לויב־געזאַנגען.

וואַקסט דאָס טעכטערל אין אַ צעשפּליטערטער וועלט. דער טאַטע דערהייבט, די מאַמע רײַסט אַראָפּ, ער עפֿנט פֿאַר איר וועלטן, זי שליסט זיי אויס, ער איז פֿול מיט ליבשאַפֿט, זי פֿאַרשפּרייט שוואַרצע כמאַרעס אַרום און אַרום.

וואָזשע טוט אַזאַ קינד? עס קען אויסוואַקסן אַ צעשפּליטערטע נשמה,

אַ חולה־הנפֿש, אַן אייביקער פּאַציענט אין דער פּסיכיאַטרישער אָפּטיילונג פֿון „בעלוויו־שפּיטאָל,‟ אָדער, זי קען אויסוואַקסן אַ לינגוויסטישע מומחהנטע, אָדער אַ דעלעגאַטקע אין אויסערן־ אָדער אינערן־מיניסטעריום פֿון אַ רײַכער מדינה, אָדער אַ שטרויענער זאַק מיט דמיונות.

ווער באַשטימט? איז עס דאָס לעבן? די צײַט? די אומשטענדן אָדער דער גענעטישער צונויפֿשטעל פֿון טאַטע־מאַמע, באָבע־זיידע מיטן גאַנצן קרובֿישן קאַבודל? גיי ווייס! אַלץ וואָס איך קען אײַך זאָגן ליבע פֿרײַנט, אַז מיר איז נאָענט די סדרה פֿון דער וואָך, דאָס קאַפּיטל „יציאת מן הדעת‟. יעדעס מאָל ווען ס’איז געקומען צו הבֿל־הבֿלים,האָט מען געפּראַוועט אַ קריזיס.

וועט איר מיך פֿרעגן, צוליב וואָס האַק איך אײַך אַ טשײַניק מיט אַסטראָלאָגיע, עטימאָלאָגיע, סאָציאָלאָגיע און פּסיכאָלאָגיע? איז דער ענטפֿער אַזאַ. יעדן דאַכט זיך, אַז בײַ יענעם לאַכט זיך. איך טראַכט זיך מענכעס מאָל אַרײַן, ווען איך וואָלט געבוירן געוואָרן אין דער „גאָלדענער מדינה‟, וואָלט איך מסתּמא געקענט צעלייגן וועלטן. איז וועמען דאָ באַשערט צו צעלייגן וועלטן? מײַן שכן דעם דענטיסט? דעם דערפֿינדער פֿון “מײַקראָ־סאָפֿט? אָדער דעם בעל־הבית פֿון אַ הײפּטל־קרויט?

אסור צי איך ווייס? און ווער איז שולדיק אין דעם? גענעטיק? די געטלעכע אינטערווענץ? צי מײַן זען די וועלט מיט אַ פּאָר ניכטערע אויגן. איך ווער נישט נתפּאל פֿון אַכזריות, פֿון אונטערשטעלן יענעם אַ פֿיסל, פֿון קנאה־שׂנאה, פֿון נוקם זײַן זיך אין די אָרעמע שיכטן, ווײַל די וואָס באָדן זיך אין גאָלד, פֿאַר זיי איז נישט גענוג, זיי ווילן מער.

דער אמת איז, אַז די מענטשהײט איז ערשט נישט לאַנג אַראָפּ פֿון די ביימער, און אָנגעהויבן גיין אויף די פֿאָדערשטע לאַפּעס. דער בן־אדם איז ערשט נאָך די געבורט־ווייען. די דינאָזאַווערס זײַנען פֿאָרט געווען זייערע ערשטע גוטע־ברידער, האָבן זיי געזען מיט די אייגענע אויגן דאָס געפֿאַר וואָס לויערט אויף זיי. זײַנען זיי זיך צעלאָפֿן אין אַלע עקן וועלט. אייניקע אין די הייסע מקומות און אַנדערע אין געפֿרוירענע שטחים.

און דער קאַמף פֿאַר דער עקזיסטענץ האָט זיך אָנגעהויבן. ווער עס האָט געכאַפּט אַ גרעסערע פּאָרציע פֿון אַ געהרגעטער חיה און ווער אַ קלענערע. איינער האָט עס געטאָן מיט כּוח און אַ צווייטער מיט חכמה. דער עיקר, בלײַבן לעבן אין אַן אַכזריותדיקער וועלט.

און אַז מ’זעט די וועלט מיט יענע שפּאַקולן, פֿאַרשטייט מען, אַז מיר לעבן אין דער זעלבער וועלט, נאָר באַקליידט און באַשוכט, אַפֿילו מיט קאָלירטע קראַוואַטן, הוטן, הענטשקעס, אַרײַנגערעכנט פֿוטערנע מאַנטלען. אָבער טוט זיי אויס נאַקעט, זײַנען זיי די חיות, די זעלבע חבֿריתא מיט פֿאָדערשטע שאַרפֿע ציין, פֿלינקע אויגן מיט אַ פֿעסטער האַנט וואָס קען כאַפּן אַ גרעסערע פּאָרציע פֿאַר זיך.

זײַנען מיר פֿאַרטיק מיטן המון־עם, קענען מיר צוטרעטן צו דער געטלעכקייט. אַנומלטן טרעף איך אַ ייִדן אין אַ „סופּער־מאַרקעט,‟ מיט אַ לאַנגער, ווײַסער באָרד, מיט אַ פּאָר פֿרומע אויגן אונטערן שוואַרצן קאַפֿעלענדער, איך וואָלט געזאָגט, אַ ייִד אין די טיפֿע זעכציקער. פֿרעג איך אים:

„ר’ ייִד, איר רעדט ייִדיש? קוקט ער מיך אָן פֿאַרוווּנדעט און זאָגט: “יאָ!‟

פֿרעג איך אים, צי ער איז אַ חב’דניק?” מאַכט ער: „יאָ!‟

פֿרעג איך אים, צי ער געהערט צו דער חב’דסקער שיל דאָ נישט ווײַט? שאָקלט ער צו מיטן קאָפּ אויף יאָ. פֿרעגט ער מיך: „איר פּראַוועט פּסח?‟ זאָג איך: „יאָ!‟ פֿרעגט ער מיך:

„מיט וועמען?‟ זאָג איך אים מיט מײַנע קינדער און אייניקלעך.” זאָגט ער מיר: „קומט אין אונדזער שיל, מיר פּראַווען די פּסח־סדרים מיט די היגע ייִדן.‟ זאָג איך אים: „איך בין נישט פֿרום.‟ זאָגט ער מיר: „הערט מיך אויס! איך בין אויך נישט פֿרום, ווייל די פֿרומקייט שטעקט נישט אין רעליגיע, גאָט האָט אונדז געגעבן פֿרײַען ווילן, דער עיקר, אַז מ’ווערט געבוירן אַ ייִד, איז מען עס אויפֿן גאַנצן לעבן.‟ אַ פֿרומער ייִד און פֿאָרט אַ מענטש.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.