ידיעות אױף אײן פֿוס: אַפּריל 3

News Highlights: April 3

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published April 03, 2013, issue of April 12, 2013.

ישׂראל. די סירישע אַרמײ האָט באַשאָסן דעם ישׂראלדיקן גרענעץ־פּאַטרול אױפֿן גולן־הױכלאַנד. די סירישע פֿײַערנעסט איז פֿאַרניכטעט געװאָרן מיט אַ קעגנשאָס פֿון אַ טאַנק. ישׂראל האָט אײַנגעגעבן אַן אָנקלאָג אױף סיריע אינעם זיכערקײט־ראַט פֿון דער „יו־ען‟.

ישׂראלדיקער פֿאַרטײדיקונג־מיניסטער, משה יעלון: „מיר מישן זיך ניט אין די סירישע אינערלעכע ענינים. אָבער, אױב דאָס װעט שעדיקן אונדזערע נאַציאָנאַלע אינטערעסן, װעלן מיר רעאַגירן‟.

די שטאָט שׂדרות איז באַשאָסן געוואָרן מיט צװײ „קאַסאַם‟־ראַקעטן. די ראַקעטן האָבן זיך אױפֿגעריסן אין פֿעלד און ניט גורם געװען קײן היזק.

דער פּרעסע־סעקרעטאַר פֿון צה”ל, פּאָלי מרדכי: „ישׂראל לײגט אַרױף אױף „כאַמאַס‟ די פֿאַראַנטװאָרטלעכקײט פֿאַר די ראַקעטן־באַשיסונגען, און מיר װאָרענען, אַז ישׂראל װעט אָפּשטעלן דעם דריבנעם ׳ראַקעטן־רעגן׳ פֿון עזה אױף אונדזערע בירגער‟.


ניו־יאָרק. די „יו־ען‟ האָט פֿאַראורטײלט די ראַקעטן־באַשיסונג פֿון עזה־שטרײַך אױף די ישׂראלדיקע שטעט, און גלײַך מיט דעם, האָט זי גערופֿן מדינת־ישׂראל זיך אָפּצוהאַלטן פֿון צוריק־ענטפֿערן מיט פֿײַער.


ישׂראל. דער נאַטור־גאַז פֿון דעם ים־געבױרנאָרט „תּמר‟ האָט דערגרײכט דעם ברעג. די גאַז־פּלאַטפֿאָרמע „תּמר‟ װעט אַרײַנברענגען אין דער מלוכה־קאַסע בערך עלף מיליאַרד שקלים אַ יאָר.


סיריע. אין דמשׂק איז פֿאַרשװעכט און געשעדיקט געװאָרן אײנע פֿון די עלטסטע שילן.


װאַטיקאַן. אין דער פּרײדיק־רעדע לטובֿת דער פּסחא, האָט דער פּױפּסט פֿרענסיס אָנגעהױבן זײַן „אורבי עט אָרבי‟־װענדונג (צו דער שטאָט און צו דער װעלט) מיט אַ שלום־װוּנטש פֿאַר די ישׂראלים און די פּאַלעסטינער.


דרום־קאָרעע. די פּרעזידענטין פֿון דרום־קאָרעע, פֿרױ פּאַרק: „אױף יעדע פּראָװאָקאַציע מצד דער צפֿון־קאָרעע װעלן מיר ענטפֿערן מיט אַ פֿולער מיליטער־קראַפֿט, ניט נעמענדיק אין באַטראַכט די פּאָליטישע קאָנסעקװענצן.


פֿאַראייניקטע שטאַטן. דאָס „װײַסע הױז‟: „ניט קוקנדיק אױף דער שאַרפֿער ריטאָריק, װעלכע לאָזט זיך הערן פֿון פּיאָנג־יאַנג, זעען מיר ניט קײן ענדערונגען אין דער טעטיקײט פֿון די באַװאָפֿנטע קרעפֿטן פֿון צפֿון־קאָרעע‟.


גריכנלאַנד. בעת דער יאָרצײַט־אַקאַדעמיע נאָך די סאַלאָניקער ייִדן, דעפּאָרטירט בעתן חורבן, האָט דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿונעם אַלװעלטלעכן ייִדישן קאָנגרעס ראָן לאַודער זיך געװאָנדן צום גריכישן פּרעמיער מיט אַ ביטע צו פֿאַרבאָטן די טעטיקײט פֿון דער גריכישער נעאָ־נאַצישער פּאַרטײ „דער גילדענער קאַיאָר‟.


פֿאַראייניקטע שטאַטן. מלוכה־דעפּאַרטאַמענט: „מיר זײַנען זײער באַזאָרגט מיט די געזעצן, װעלכע באַגרענעצן די טעטיקײט פֿון די ניט־מלוכישע אָרגאַניזאַציעס אין רוסלאַנד‟.


רוסלאַנד. אױסערן־מיניסטעריום: „מיר שאַצן אָפּ די דערקלערונג פֿון דער אָפֿיציעלער פֿאָרשטײערין בײַם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, װי אַ ניט קײן צוגעדעקטע אַרײַנמישונג אין אונדזערע אינערלעכע ענינים‟.


אַרגענטינע. די ערשטע עטאַזשן פֿון בוענאָס־אײַרעס זײַנען פֿאַרפֿלײצט געװאָרן נאָכן האַסטיקן רעגן.


טיבעטן־בערג. 83 גאָלדגרעבער זײַנען באַגראָבן געװאָרן לעבעדיקערהײט אונטער אַ בלאָטע־לאַװינע.


פּאָרט־לוּי. אַ שרעקלעכע פֿאַרפֿלײצונג האָט פּאַראַליזירט דאָס לעבן אױפֿן אינדזל מאַוריטיוס. 10 מענטשן זײַנען דערטרונקען געװאָרן אין די מעטראָ־טונעלן.