ווי פּריוואַט איז דער „פֿייסבוק‟?

How Private is Facebook?


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 03, 2013, issue of April 12, 2013.

דער „פֿייסבוק‟, אַ וועלט-פּאָפּולערע סאָציאַלע נעץ, אין וועלכער עס באַטייליקן זיך מער ווי אַ מיליאַרד אינטערנעץ-באַנוצער, רופֿט אַרויס סײַ שבֿחים, סײַ שאַרפֿע קריטיק. פֿאַר אַ סך ליבהאָבער פֿון דער דאָזיקער וועבזײַט איז עס געוואָרן דאָס עיקר-מיטל פֿון קאָמוניקאַציע; נישט ווייניק מענטשן שמועסן אַפֿילו מיט זייערע נאָענטסטע קרובֿים אָפֿטער דורך זייערע „פֿייסבוק‟־זײַטלעך, ווי פּנים-אל-פּנים אָדער אויפֿן טעלעפֿאָן. פֿאַר אַ באַנוצער פֿון די סאָציאַלע נעצן ווערן ווירטועלע „חבֿרים‟, וואָס זיי האָבן זיי אַפֿילו קיינמאָל נישט געזען אינעם רעאַלן לעבן, צומאָל וויכטיקער, ווי עכטע לעבעדיקע פֿרײַנד; דער פֿאַרלוסט פֿון אַ קוים באַקאַנטן „פֿרענד‟ ווערט נישט זעלטן פֿאַרוואַנדלט אין אַ גאַנצער טראַגעדיע.

אַ טייל קריטיקער פֿון די סאָציאַלע נעצן באַטאָנען, אַז אַזעלכע קאָמוניקאַציע-מיטלען דערווײַטערן מענטשן פֿון דער רעאַלער ווירקלעכקייט און באַזײַטיקן די לעבעדיקע באַציִונגען מיט אַ מאָדנער קאָמפּיוטער-אימיטאַציע. עס טרעפֿט זיך אָבער כּסדר, אַז פֿון ווירטועלע באַציִונגען וואַקסן טאַקע אַרויס וויכטיקע אַרבעט-פֿאַרבינדונגען, אמתע פֿרײַנדשאַפֿט און זיווגים. דער לעצטער אַספּעקט איז איינער פֿון די סיבות פֿון קעגנערשאַפֿט לגבי דער אינטערנעץ אין קאָנסערוואַטיווע קרײַזן, אַרײַנגערעכנט די חרדישע ייִדן. הײַנט, טענהן זיי, פֿירט אַ מאַן אַן אומשולדיקן שמועס מיט עפּעס אַ פֿרעמדער פֿרוי, און מאָרגן — גיי ווייס, וואָס ס׳וועט פֿון דעם אַרויסקומען…

נישט געקוקט אויף זייער ווירטועלער נאַטור, שטעלן די אינטערנעץ-פֿרײַנד מיט זיך פֿאָר אַ רעאַלן סאָציאַלן כּוח. די סאָציאַלע נעצן האָבן געשפּילט אַ שליסל-ראָלע אין פּראָטעסטן און גאַנצע רעוואָלוציעס אַרום דער וועלט. אין דעם פֿאַל, באַשטייט אָבער דער פּאַראַדאָקס אין דעם, וואָס די סאָציאַלע נעצן גופֿא זענען געשאַפֿן געוואָרן דורך גרויסע קאָרפּאָראַציעס, וועלכער אַרבעטן צומאָל בשותּפֿות מיט אָפֿיציעלע זיכערהייט-אינסטאַנצן. דאַכט זיך, צום ערשטן מאָל אין דער מענטשלעכער געשיכטע, פֿאַרנעמען זיך רעאַלע רעוואָלוציאָנערן מיט קאָנספּיראַטיווער טעטיקייט דורך אַזעלכע מיטלען, וואָס זענען לכתּחילה געשאַפֿן געוואָרן מיטן געדאַנק צו זאַמלען ידיעות און פֿירן אַ מעגלעכן אויפֿזיכט איבער אַלע שמועסן, וואָס קומען פֿאָר אויפֿן „פֿייסבוק‟.

די פּשוטע באַנוצר פֿונעם „פֿייסבוק‟, וועלכע האָבן נישט קיין גרויסע סודות, זאָרגן זיך אויך וועגן די ריכטיקע פּריוואַטקייט-אָפּציעס אויף זייערע זײַטלעך, ווײַל ס׳רובֿ מענטשן ווילן נישט לאָזן פֿרעמדע מענטשן צו וויסן אַפֿילו גאַנץ נייטראַלע פֿאַקטן פֿון זייער ביאַָגראַפֿיע. אַ נײַע שטודיע פֿונעם בריטישן קעמברידזש-אוניווערסיטעט האָט אָבער געוויזן, אַז אַ קאָמפּיוטער-פּראָגראַם קאָן אין אַ סך פֿאַלן באַשטימען אַ סך פֿאַקטן וועגן די „פֿייסבוק‟־באַזוכער, אויפֿן סמך פֿון זייער סימפּאַטיע אָדער אַנטיפּאַטיע צו פֿאַרשיידענע זאַכן, וואָס זעען אויס גאַנץ נייטראַל.

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָבן די פֿאָרשער געשאַפֿן אַ פּראָגראַמקע מיטן נאָמען „מײַן פּערזענלעכקייט‟ (myPersonality), וועלכע האָט אַנאַליזירט די רעזולטאַטן פֿון זייערע „פֿייסבוק‟-סימפּאַטיעס. 58,000 מענטשן, וועלכע האָבן זיך פֿרײַוויליק באַטייליקט אין דער פֿאָרשונג, האָבן אַנטפּלעקט אַזעלכע פּרטים פֿון זייער ביאָגראַפֿיע, ווי סעקסועלע אָריענטאַציע, באַנוצן פֿון אַלקאָהאָל, אָדער שלום-בית צווישן זייערע עלטערן. געוויינטלעך, האָבן נישט מענטשן ליב אויסזאָגן אַזעלכע ענינים דער גאָרער וועלט.

ווי די פֿאָרשער האָבן איצט איבערגעגעבן, האָט די פּראָגראַם געוויזן, אַז געוויסע סימפּאַטיעס און אַנטיפּאַטיעס דינען ווי אַ סימן פֿון געוויסע ביאָגראַפֿישע פּרטים — צומאָל, אויף אַ חידושדיקן אופֿן. אַ סך רעזולטאַטן, וועלכע זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם זשורנאַל „באַריכטן פֿון דער נאַציאָנאַלער אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿטן‟, זענען געווען טריוויאַלע. למשל, ווען עמעצער באַמערקט, אַז ער האָט ליב יעזוס, איז ער, מסתּמא, אַ קריסט. עס האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז אין 88 פּראָצענט פֿאַלן קאָן מען טרעפֿן, צי אַ מאַן איז אַ האָמאָסעקסואַל, אויפֿן סמך פֿון אַזעלכע נייטראַלע פֿאַקטן, ווי באַליבטע טעלעוויזיע-סעריעס און מוזיקאַלישע ספּעקטאַקלען. ס׳איז אויך פֿאַראַן אַ הויכער שאַנס ריכטיק צו באַשטימען, צי דער אינטערנעץ-באַזוכער רייכערט, האָט ליב צו טרינקען אָדער האָט פֿאַרזוכט אַ נאַרקאָטיק. אַחוץ אַזעלכע סתּירותדיקע סענסיטיווע מאָמענטן, קאָן אַזאַ פּראָגראַם נאָך גענויער באַשטימען אַזעלכע ביאָגראַפֿיע-אַספּעקטן, ווי די עטנישע און רעליגיעזע אָנגעהעריקייט אָדער פּאָליטישע נטיות.

עס האָבן זיך באַוויזן נאָך מער חידושדיקע רעזולטאַטן. עס באַקומט זיך, אַז אויב אַ מענטש האָט ליב דעם דונערדיקן וועטער און געוויסע מאכלים, איז ער, אַפּנים, פֿון אַ מער אינטעלעקטועלן שניט — צוליב אַ געוויסער קייט פֿון אַסאָציאַציעס. להיפּוך, אויב עמעצער האָט ליב געוויסע לאַוו-דווקא נאַרישע טעלעוויזיע-סעריאַלן, איז עס אַ סימן פֿון אַ נידעריקערן אינטעלעקט־ניוואָ. אויב עמעצנס טאַטע-מאַמע זענען זיך צעגאַנגען, לאָזט עס אויך אַ שטאַרקן רושם אויף דעם, וואָס זייער קינד קלײַבט אויס אויפֿן „פֿייסבוק‟.

דער בריטישער פּסיכאָלאָג מיכאַל קאָסינסקי האָט דערקלערט, אַז זײַן פֿאָרש-גרופּע האָט אויפֿגעוויזן קלאָרע טענדענצן, ווײַל אַ קאָמפּיוטער, אין אַ פֿאַרגלײַך מיט אַ לעבעדיקן מענטש, איז פֿרײַ פֿון סטערעאָטיפּן און פֿירט בלויז דורך אַ „קאַלטע‟ סטאַטיסטיק. סינאַן אַראַל, אַן אינפֿאָרמאַציע-עקספּערט פֿונעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, האָט אָבער געזאָגט, אַז הגם די רעזולטאַטן פֿון די בריטישע וויסנשאַפֿטלער זענען טאַקע ערנסט, מוז מען האָבן אין זינען, אַז די באַטייליקטע אין דער פֿאָרשונג האָבן אַליין מסכּים געווען אויסצוזאָגן זייערע ביאָגראַפֿישע פּרטים און האָבן געהערט צו אַ געוויסן סאָרט „פֿייסבוק‟-באַזוכער, וועלכע האָבן ליב פֿאַרשיידענע אינטערנעץ-טעסטן. עס קאָן זײַן, אַז אַן אַנדער גרופּע וואָלט אַרויסגעוויזן אַנדערע טענדענצן.

פֿונדעסטוועגן, וועט דער נײַער באַריכט, מסתּמא, אַרויסרופֿן אַ נײַע כוואַליע זאָרגן וועגן דער פּריוואַטקייט אין דער ווירטועלער וועלט. די אינטערנעץ-באַזוכער באַמערקן גאַנץ אָפֿט, אַז פֿאַרשיידענע פֿירמעס לייגן זיי פֿאָר רעקלאַמעס, וואָס שטימען מיט זייערע אינטערעסן. אייניקע פֿאַרזאָרגטע קריטיקער טענהן, אַז צוליב די סאָציאַלע נעצן און אַנדערע קאָמוניקאַציע-מיטלען, וווּ עס ווערן כּסדר געזאַמלט פֿאַרשיידענע ידיעות וועגן מענטשן, וועט אַמאָל קומען — מעגלעך — אַ תּקופֿה, ווען קאָמפּיוטער-סיסטעמען וועלן וויסן מער וועגן יחידים, ווי זײַנע שכנים, קרובֿים און אַפֿילו זיי אַליין.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.