פֿירער בעטן נתניהו

Leaders Urge Netanyahu

דער ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו
Getty Images
דער ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו

פֿון ייִט״אַ

Published April 04, 2013, issue of April 26, 2013.

וואַשינגטאָן. — מער ווי הונדערט פֿירער פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן געבעטן דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער-מיניסטער, בנימין נתניהו, צו מאַכן זיכער, אַז „ישׂראל איז גרייט צו ברענגען אַ שווערן טעריטאָריעלן קרבן, כּדי צו דערגרייכן שלום‟. דער קאָלעקטיווער בריוו איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם „ישׂראלדיקן פּאָליטישן פֿאָרום‟ און אָפּגעשיקט געוואָרן צו נתניהו מיטוואָך, דעם 4טן אַפּריל.

די מחברים האָבן באַטאָנט, אַז ס׳איז געקומען, לויט זייער מיינונג, אַ וויכטיקער מאָמענט פֿאַרן פּרעמיער-מיניסטער און זײַן נײַער רעגירונג צו ענטפֿערן אויף פּרעזידענט אָבאַמאַס שלום-רוף און אָנצונעמען קאָנקרעטע מאָסמיטלען, כּדי צו ווײַזן, אַז ישׂראל וויל „שאַפֿן צוויי מלוכות פֿאַר צוויי פֿעלקער‟, כּדי צו לייזן דעם קאָנפֿליקט מיט די פּאַלעסטינער.

דער בריוו רופֿט נתניהו צו קאָאָפּערירן נעענטער מיטן אַמעריקאַנער מלוכה-סעקרעטאַר, דזשאָן קערי, כּדי „אויסצואַרבעטן פּראַגמאַטישע איניציאַטיוון, וועלכע שטימען מיט די ישׂראלדיקע זיכערהייט-אינטערעסן, און וואָס וועלן דעמאָנסטרירן, אַז ישׂראל איז מסכּים „מקריבֿ צו זײַן‟ דאָס לאַנד צוליב שלום. די מחברים פֿונעם בריוו גיבן צו, אַז אַזאַ קאָאָפּעראַציע וועט אויך משפּיע זײַן אויף די פּאַלעסטינער פֿירער, זיי זאָלן אויך דורכפֿירן אַ פּראַקטישע פּראָגראַם און באַנײַען די פֿאַרהאַנדלונגען.

די בקשה איז פֿאַרבונדן מיט דזשאָן קעריס קומענדיקן וויזיט קיין ישׂראל און אויף די פּאַלעסטינער טעריטאָריעס דעם 8טן און 9טן אַפּריל. מיט צוויי וואָכן צוריק, איז דער מלוכה-סעקרעטאַר שוין געווען אין ישׂראל, צוזאַמען מיטן פּרעזידענט אָבאַמאַ. די מחברים פֿונעם בריוו דערקלערן נישט, וועלכע אָרגאַניזאַציעס זיי שטעלן פֿאָר. אַ טייל פֿון די אונטערשרײַבער זענען אָבער באַקאַנטע פֿירער — למשל, דער ראַבינער ריק דזשייקאָבס, דער פּרעזידענט פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿאַר רעפֿאָרם-ייִדישקייט‟. בדרך-כּלל, ווערן די באַטייליקטע טוער נישט אַסאָציִיִרט מיטן דרוק אויף דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער אין שײַכות צו שלום-פֿאַרהאַנדלונגען.

צווישן אַנדערע באַקאַנטע אונטערשרײַבער זענען ריטשאַרד פּערלסטאָון, אַ געוועזענער פֿאָרזיצער פֿונעם דירעקטאָראַט בײַ דער „ייִדישער אַגענץ‟; סוזי געלמאַן, אַ געוועזענע פּרעזידענטין פֿון דער וואַשינגטאָנער „ייִדישער פֿעדעראַציע‟, וועלכע פֿירט איצט אָן מיט דער הײַיאָריקער אַסאַמבלעע פֿון צפֿון-אַמעריקאַנער ייִדישע פֿעדעראַציעס אין ירושלים; און דובֿ זאַקהײַם, אַ געוועזענער באַאַמטער פֿונעם „פּענטאַגאָן‟, וועלכער האָט געדינט ווי אַ הויכראַנגיקער עצה-געבער אין מיט ראָמניס פּרעזידענט-קאַמפּאַניע.