בוכענוואַלד: בעת און נאָכן חורבן

Buchenwald: During and After the Holocaust

סקולפּטור פֿון פֿריץ קרעמער, 1958, אינעם אָנדענק־פּאַרק, בוכענוואַלד
סקולפּטור פֿון פֿריץ קרעמער, 1958, אינעם אָנדענק־פּאַרק, בוכענוואַלד

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published April 04, 2013, issue of April 26, 2013.

שפּאַצירנדיק אויף די גאַסן פֿון דער דײַטשער שטאָט ווײַמאַר, גייט דורך אַ ציטער איבערן לײַב ווען מע דערזעט צום ערשטן מאָל אַ שטאָטישן אויטאָבוס מיטן וואָרט „בוכענוואַלד‟, אויפֿגעשריבן פֿון פֿאָרנט. אין אַזאַ מאָמענט כאַפּט מען זיך, אַז דער קאָנצענטראַציע־לאַגער בוכענוואַלד האָט זיך נישט געפֿונען אין קיין אָפּגעזונדערט אָרט, ווײַט פֿון דער דײַטשער באַפֿעלקערונג, נאָר איז ממש געווען ווי אַ פֿאָרשטאָט, און וואָס איז דאָרטן פֿאָרגעקומען, איז זיכער יעדן געווען באַקאַנט.

פֿאָרנדיק בלויז פֿופֿצן מינוט פֿונעם צענטער שטאָט ווײַמאַר, קומט מען שוין אָן קיין בוכענוואַלד, איינער פֿון די גרעסטע קאָנצענטראַציע־לאַגערן אין דײַטשלאַנד. דעם לאַגער האָט די „עס־עס‟ אָנגעהויבן צו בויען אין 1937 פֿאַר געפֿאַנגענע מענער; פֿרויען האָט מען ערשט געפֿירט אַהין שפּעט אין 1943. קיין גאַז־קאַמערן האָט מען דאָרטן קיין מאָל נישט געבויט — די קרבנות האָט מען דערשאָסן, געהאָנגען אָדער דערשטיקט. דער אומברענג איז, דער עיקר, פֿאָרגעקומען אינעם שטאַל, וואָס איז איינער פֿון די שרעקלעכסטע טיילן פֿונעם לאַגער־מוזיי הײַנט.

פֿאַרן חורבן־מוזיי אין בוכענוואַלד, 2010. אויף רעכטס: דער דענקמאָל לזכר די אומגעבראַכטע ייִדן באַשטייט פֿון שטיינער פֿון אַ שטיינערײַ.
פֿאַרן חורבן־מוזיי אין בוכענוואַלד, 2010. אויף רעכטס: דער דענקמאָל לזכר די אומגעבראַכטע ייִדן באַשטייט פֿון שטיינער פֿון אַ שטיינערײַ.

די ערשטע געפֿאַנגענע האָט מען אַהין פֿאַרשיקט צוליב פּאָליטישע טעמים, אָבער נאָך דער „קרישטאָלנאַכט‟ אין 1938 האָט מען 10,000 ייִדן געשיקט אַהין, וווּ מע האָט זיי געפּײַניקט. אַנדערע געפֿאַנגענע זענען געווען ציגײַנער, דײַטשע דעזערטירער, און אַפֿילו דײַטשן, וועלכע האָבן נישט געקענט געפֿינען קיין אַרבעט — „אומגעזעלשאַפֿטלעכע‟. אין אַ ספּעציעלן אָרט אין לאַגער האָט מען געהאַלטן באַקאַנטע דײַטשע פּאָליטישע געפֿאַנגענע, צווישן זיי, ערנסט טעלמאַן, אַ פֿירער פֿון דער דײַטשער קאָמוניסטישער פּאַרטיי פֿאַר היטלערן. מע האָט אים אין בוכענוואַלד געהאַלטן עטלעכע יאָר, איידער מע האָט אים אומגעבראַכט אין 1944. זײַן סטאַטוע קען מען זען אין דער שטאָט ווײַמאַר. מעדיצינישע עקספּערימענטן האָט מען אויך דורכגעפֿירט אין בוכענוואַלד.

אין פֿעברואַר 1945 האָבן שוין 112,000 געפֿאַנגענע געטאָן צוואַנגס־אַרבעט אין בוכענוואַלד, געוויינטלעך בײַ פּראָדוצירן געווער. באַן־רעלסן, וועלכע האָבן דערגרייכט צום לאַגער, האָט מען געבויט אין 1943, וואָס האָט דערמעגלעכט צוצושטעלן די מלחמה־זאַפּאַסן. אַ טוריסט הײַנט אין דעם שטח פֿון דײַטשלאַנד וועט געפֿינען כּלערליי שילדן אויף די באַן־סטאַנציעס און אין די אַמאָליקע באַן־הויפֿן אין שײַכות מיט דער געשיכטע פֿון די באַנען אינעם חורבן פֿון ייִדן. אַזוינע שילדן האָב איך געזען אין ווײַמאַר אויף אַ זײַטיקער גאַס אין אַ גרוסן סקלאַד, וואָס איז אַמאָל געווען אַ באַן־הויף, און אין דער שטאָט ערפֿורט, אין מיטן פֿון דער הײַנטיקער באַן־סטאַנציע.

דאָס באַרימטע בילד פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון בוכענוואַלד פֿון דער פֿאָטאָגראַפֿקע מאַרגערעט בורק־ווײַט.
Getty Images
דאָס באַרימטע בילד פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון בוכענוואַלד פֿון דער פֿאָטאָגראַפֿקע מאַרגערעט בורק־ווײַט.

ווען די רויטע אַרמיי האָט זיך דערנענטערט צו די לאַגערן אין פּוילן, האָט מען טויזנטער ייִדן געטריבן קיין בוכענוואַלד ,וווּ זיי זענען אָנגעקומען אין יאַנואַר 1945. ווען די אַמעריקאַנער אַרמיי האָט זיך דערנענטערט צו בוכענוואַלד אין אַפּריל 1945, האָט מען 28,000 געפֿאַנגענע עוואַקויִרט, און אַ דריטל איז געשטאָרבן אויפֿן וועג. דעם 11טן אַפּריל אין דער פֿרי האָבן די קאַצעטלער איבערגענומען דעם קאָנטראָל פֿונעם לאַגער, און שפּעטער מיט אַ טאָג זענען אָנגעקומען די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן און געפֿונען 21,000 מענטשן אין לאַגער. דער ערשטער רבֿ, הרבֿ הערשל שעכטער איז יענע וואָך געשטאָרבן http://yiddish.forward.com/articles/168828/you-re-free/. קיין גענויע ציפֿערן, וויפֿל ייִדן זענען אומגעקומען אין לאַגער זענען נישט פֿאַראַן.

אינעם הײַנטיקן בוכענוואַלד־לאַגער־מוזיי האָט אויף מיר געמאַכט אַ ספּעציעלן אײַנדרוק אַ וויטרינע פֿון פֿאָטאָגראַפֿישע פּאָרטרעטן פֿון די געפֿאַנגענע ייִדן און ציגײַנער, ווען זיי זענען ערשט אָנגעקומען אין לאַגער. בײַ די עלטערע לײַט, זעט מען אויפֿן פּנים זאָרג און פֿאַרצווײפֿלונג; אָבער בײַ אַ טייל ייִנגערע, נאָר 14 אָדער 15 יאָר אַלט, זעט מען, אַ שמייכל אַפֿילו; אַ סימן, אַז זיי האָבן נאָך נישט פֿאַרשטאַנען אין גאַנצן זייער דעמאָלטיקן מצבֿ.

נאָך דער מלחמה האָט דאָס סאָוועטיש־אָקופּירטע דײַטשלאַנד געניצט דעם בוכענוואַלד־לאַגער פֿאַר די אַרעסטירטע, פֿאַרבונדן מיט די נאַציס, אָדער מיט אַנטי־סאָוועטישע אַקטיוויטעטן, און דאָס האָט אויך אַרײַנגענומען יוגנטלעכע. מע רעכנט, אַז מער ווי 40,000 זענען דאָרטן אומגעקומען נאָכן חורבן. אין אַ נײַעם מוזיי וועגן דער תּקופֿה, געבויט הינטער דעם חורבן־מוזיי אין לאַגער, דערציילט מען, דורך פֿאָטאָגראַפֿיעס און דאָקומענטן, די געשיכטעס פֿון די אַרעסטירטע. עס געדענקט זיך איין מאַן, וואָס האָט געטענהט, אַז זײַנע שכנים האָבן אים געמסרט בלויז ווײַל זיי האָבן געוואָלט האָבן זײַן דירה.

בײַם צווייטן וויזיט צום בוכענוואַלד האָב איך ערשט געזען די מאַסיווע אָנדענק־סטאַטועס, געבויט בשעת דער קאָמוניסטישער דײַטשער רעגירונג, אַ קילאָמעטער פֿונעם לאַגער. ווי אין ס‘רובֿ סאָוועטישער רעאַליסטישער סקולפּטור־קונסט פֿון דעם מין, האָט מען געבויט אויף אַ גרויסן מאַסשטאַב, און עס מאַכט טאַקע אַ רושם. עס האָט געדויערט פֿיר יאָר צו בויען דעם ריזיקן מאָנומענט מיט צענדליקער סטאַטועס, און אין סעפּטעמבער 1958 האָט מען דאָס פֿאַרענדיקט. פֿאַר אַ הויכן גלאָק־טורעם האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ מאָנומענט פֿון פֿריץ קרעמער אָפּצוגעבן כּבֿוד די קעמפֿער־אַנטיפֿאַשיסטן. אינעם גאַנצן אָנדענק־פּאַרק שטעלט מען דעם טראָפּ אויף די קאָמוניסטישע קעמפֿער, מיט אַ קנאַפּער אָנערקענונג פֿון די ייִדן. אינעם לאַגער אַליין האָט מען יאָ אויפֿגעשטעלט אַן אָנדענק־שילד לזכר די ייִדן. דאָס האָט מען געבויט מיט די שטיינער פֿון אַ שטיינערײַ, פֿון וואַנען די ייִדישע קאַצעטלער האָבן געשלעפּט די שטיינער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.