„כאַמאַס‟ טרענירט סירישע רעבעלן

Hamas is Training Syrian Rebels

אַ סירישער אויפֿשטענדלער געפֿינט אַ באַהעלטעניש, בעת אַן אַטאַק פֿון די פּראָ־אַסאַד־כּוחות
Getty Images
אַ סירישער אויפֿשטענדלער געפֿינט אַ באַהעלטעניש, בעת אַן אַטאַק פֿון די פּראָ־אַסאַד־כּוחות

Published April 05, 2013, issue of April 26, 2013.

לויט אַ באַריכט אין דער „טײַמס אָוו לאָנדאָן‟ (Times of London), געפֿינען זיך אין סיריע אַ צאָל מיליטאַנטן פֿונעם מיליטערישן פֿליגל פֿון „כאַמאַס‟, און דאָרט טרענירן זיי די סירישע אויפֿשטענדלער.

דער באַריכט פֿרײַטיק האָט איבערגעגעבן, אַז די מיטגלידער פֿון די „איזאַדין קאַסאַם בריגאַדעס‟ טרענירן די „פֿרײַע סירישע אַרמיי‟ אין די געגנטן אין דמשׂק, וואָס די אויפֿשטענדלער האָבן שוין פֿאַרכאַפּט.

אַ „כאַמאַס‟־באַאַמטער אין לבֿנון, אָסאַמאַן כאַמדאַן, האָט געלייקנט דעם באַריכט. „עס זענען נישטאָ קיין מיטגלידער פֿון ׳איזאַדין קאַסאַם׳ אָדער קיין אַנדערע מיליטאַנטישע מיטגלידער פֿון ׳כאַמאַס׳ אין סיריע,‟ האָט ער געזאָגט דער „טײַמס‟. „מיר מישן זיך נישט אין די אינערלעכע פּראָבלעמען פֿון סיריע.‟

די „טײַמס‟ שרײַבט אָבער, אַז דער מיליטערישער פֿליגל פֿון „כאַמאַס‟, וואָס האָט געהאַט איבערגעריסן זײַנע באַציִונגען מיט זײַן געוועזענעם אַליִיִרטן, דער סירישער פּרעזידענט באַשאַר אַסאַד, האָט לעצטנס אָנגעהויבן טרענירן די רעבעלן אין די געגנטן פֿון יאַלדאַ, דזשאַראַמאַנאַ און באַבילאַ, אין דמשׁק.

„כאַמאַס‟ האָט זיי געהאָלפֿן אויסגראָבן אַ טונעל אונטער דמשׁק, כּדי צוצוגרייטן אַן אַטאַק אויף דער שטאָט — אַ פֿעיִקייט, וואָס „כאַמאַס‟ האָט אַליין געקראָגן דורך זײַן שמוגלען זאַפּאַסן פֿון עגיפּטן קיין עזה, האָט די „טײַמס‟ דערקלערט.

כאַלעד מאַשאַל, דער פּאָליטישער פֿירער פֿון „כאַמאַס‟, האָט פֿאַרלאָזט דמשׂק אין פֿעברואַר 2012, בעת דער סירישער אויפֿשטאַנד האָט זיך צעוואַקסן, און ער האָט זיך אַריבערגעקליבן אין קאַטאַר. אינעם זעלבן חודש האָט דער פּרעמיער פֿון „כאַמאַס‟ אין עזה, איסמאַיִל כאַניאַ, דערקלערט זײַן שטיצע פֿאַר דער סירישער אָפּאָזיציע.

די סירישע מלוכישע מעדיאַ האָט דעמאָלט באַשולדיקט מאַשאַל אין זײַן „אומדאַנקבאַר‟ און „אַ פֿאַרראַטער‟.