בית-עולמס — אַ שווערע משׂא

Cemeteries are a Burden

בית־עולמס אין וואַדול־ראַשקאָוו
Boris Sandler
בית־עולמס אין וואַדול־ראַשקאָוו

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published April 05, 2013, issue of April 26, 2013.

פּרעשבורג, סלאָוואַקײַ. — בערך יעדן חודש, באַקומט מאַרטין קאָרנפֿעלד, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער סלאָוואַקישער „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות‟, אַ שטאַרק עמאָציאָנעלן עלעקטראָנישן בריוו. די מחברים זענען אַלעמאָל מערבֿדיקע טוריסטן, וועלכע ווערן אויפֿגעבראַכט, ווען זיי באַזוכט אַן אָרטיקן ייִדישן בית-עולם. אָפֿט טענהן די קרובֿים פֿון די באַערדיקטע ייִדן, אַז די קבֿרים פֿון זייערע זיידעס און באָבעס זענען באַוואַקסן מיט גראָז, און די מצבֿות ליגן געפֿאַלן אויף דער ערד.

אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט קאָרנפֿעלד דערקלערט, אַז די קרובֿים פֿאָדערן כּסדר צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ פֿון די בית-עולמס, וואָס הונדערטער פֿון זיי זענען פֿאַרשפּרייט איבערן גאַנצן לאַנד. דער קהילה-פֿירער האָט אָבער דערקלערט, אַז אין סלאָוואַקײַ וווינען הײַנט ווייניק ייִדן, און אַ סך פֿון זיי זענען אָרעם — דערפֿאַר האָבן זיי נישט קיין מעגלעכקייט אויפֿצוהאַלטן די אַלטע קבֿרים אין אָרדענונג.

ייִדן אין מיזרח-אייראָפּע פֿאָקוסירן זיך אויף דער אַנטוויקלונג פֿון זייערע לעבעדיקע קהילות. נאָכן חורבן און לאַנגע רדיפֿות אונטער די קאָמוניסטישע רעגירונגען, איז עס פֿאַר זיי דער וויכטיקסטער עסק. זיי זענען פּשוט נישט בכּוח צו טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר די אַלטע קבֿרים. נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, האָבן די רעגירונג אין אַ צאָל מיזרח-אייראָפּעיִשע לענדער איבערגעגעבן דעם קאָנטראָל איבער די בית-עולמס צו די אָרטיקע ייִדישע קהילות. עס האָט זיך באַקומען, אַז אין סלאָוואַקײַ, פּוילן און טשעכיע, וווּ עס וווינען הײַנט בלויז עטלעכע טויזנט ייִדן, זענען די קהילות פּלוצעם געוואָרן פֿאַראַנטוואָרטלעכט פֿאַר אַ ריזיקער צאָל אַלטע קבֿרים. אין סלאָוואַקײַ, למשל, האָבן פֿאַר דער מלחמה געוווינט בערך 90,000 ייִדן; נאָכן חורבן זענען געבליבן נאָר 3,000.

קאָרנפֿעלד האָט איבערגעגעבן, אַז אין זײַן לאַנד זענען פֿאַראַן בערך 750 ייִדישע בתּי־חיים. די קהילה איז אָבער בכּוח אונטערצוהאַלטן די אָרדענונג — מיט אַ גרויסער טירחה — בלויז אין אַרום 150 ערטער. דער קהילה-פֿאַרוואַלטער האָט באַטאָנט, אַז די זאָרג איבער די בתּי-קבֿרים קאָסט צענדליקער טויזנט דאָלאַר — אַ גרויסע סומע, וועלכע ווערט גענומען פֿונעם קהילה-בודזשעט אַנשטאָט צו געבן דאָס געלט פֿאַר אַ מושבֿ-זקנים, קינדערגאָרטנס, זומער-קעמפּ אָדער אַן אַנדער לעבעדיקן קהילה-ענין.

אין פּוילן פֿאַר דער מלחמה האָבן געוווינט 3.5 מיליאָן ייִדן. איצט באַטרעפֿט דאָרטן די ייִדישע באַפֿעלקערונג בלויז אַ 40,000 נפֿשות. מיכאל שודריך, דער פּוילישער הויפּט-רבֿ, האָט דערקלערט, אַז כּדי די אָרטיקע 1,400 בית-עולמס זאָלן זיך נישט פֿאַרוואַנדלען אין מיסטגריבער, מוז מען זיי באַצוימען ווי געהעריק. דאָס קאָסט אָבער אַ סך געלט. בלויז 100 ייִדישע בית-עולמס אין פּוילן זענען אַרומגעצוימט. כּדי צו אַרומצוימען די איבעריקע מיט אַ פּלויט, דאַרך מען בערך 32 מיליאָן דאָלאַר.

פּיאָטר קאַדלטשיק, דער פּרעזידענט בײַם פּוילישן „פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע קהילות‟, האָט געטעהנט, אַז די זאָרג איבער די קבֿרים פֿאָדערט שטענדיקע גרויסע הוצאות. אויב אַ בית-עולם איז נישט באַצוימט, הייבן די אָרטיקע אײַנוווינער אָן אַרויסוואַרפֿן דאָרטן מיסט; ווי אַ רעזולטאַט, מוז די אָרטיקע קהילה באַצאָלן אַ קנס דער שטאָטישער אַדמיניסטראַציע, פֿאַר נישט קאָנען אָפּהיטן זייער בית-עולם.

דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, האָט דער „אייראָפּעיִשער ראַט‟ אָנגענומען אַ רעזאָלוציע, לויט וועלכער דאָס אַחריות פֿאַר דער אָרדענונג אויף די ייִדישע בית-עולמס ליגט — אין טעאָריע — אויף די אָרטיקע רעגירונגען. דער דאָזיקער באַשלוס איז געווען פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס פּיעט דע ברוּין, אַ ספּעציעלער שליח פֿאַר די ענינים פֿון ייִדישע קבֿרים, האָט איבערגעגעבן דער אייראָפּעיִשער רעגירונג, אַז צוליב דער קליינער מאָס פֿון די לעבעדיקע ייִדישע קהילות, ווערן זיי געלאָזט אויף הפֿקר און פֿאַרוואַנדלט אין וווין-געגנטן, שטאָטישע פּאַרקן, מיליטערישע צוגרייטונג-פֿעלדער, סקלאַדן און אַפֿילו אָזערעס, אין אַ צאָל פֿאַלן.

משה קאַנטאָר, דער פּרעזידענט פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟, האַלט, אַז די רעגירונגען זאָלן דאַרפֿן דעקן די הוצאות פֿאַר די ייִדישע בית־עלמינס — פּונקט אַזוי, ווי זיי היטן אָפּ אַנדערע דענקמעלער פֿון זייער קולטור-ירושה. קאַנטאָר האָט צוגעגעבן, אַז די ייִדישע קהילה אין ליטע זאָגט זיך אָפּ פֿונעם אַחריות פֿאַר די קבֿרים צוליב דער שווערער פֿינאַנציעלער משׂא.

אין די 1950ער יאָרן, האָט די רעגירונג פֿון מערבֿ-דײַטשלאַנד באַשלאָסן, אַז די אָרטיקע אָפֿיציעלע אינסטאַנצן טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר די אַלטע ייִדישע בית-עולמס אין אַזעלכע ערטער, וווּ ס׳איז נישט געבליבן קיין לעבעדיקע ייִדישע קהילה. ס׳רובֿ אייראָפּעיִשע לענדער האָבן אָבער דערווײַל נאָך נישט אָנגענומען אַזאַ געזעץ. שודריך האָט געזאָגט, אַז דאָס פֿאַרשאַפֿט אַ גרויסע פּראָבלעם פֿאַר די ייִדן.

אין סלאָוואַקײַ, האָט די קהילה אָרגאַניזירט אַן אינטערנעץ-קאַמפּאַניע, פּרוּוונדיק צו געפֿינען אויסלענדישע שטיצער, דער עיקר צווישן די טוריסטן, וועלכע וואָלטן געהאָלפֿן אָפּצוהיטן די אַלטע קבֿרים. אין פּוילן, האָבן די פּאָליציי-אינסטאַנצן אָנגעהויבן אינעם יאָר 2010 אויסרייניקן די ייִדישע בית-עולמס דורך תּפֿיסה־אַרעסטאַנטן. די אָרטיקע אײַנווינער האָבן אויך געהאָלפֿן, צומאָל מיט דער הילף פֿון די אָרטיקע רעגירונג-אינסטאַנצן.

בדרך-כּלל, העלפֿן אַזעלכע פּראָגראַמען בלויז אַ קליינעם טייל פֿון דער ריזיקער צאָל אַלטע בית־עולמס. צבֿי זיגלער, אַ ייִד פֿון ישׂראל, וועלכער האָט באַזוכט זײַנע קבֿרי-אָבֿות אין ראַסלאַוויצע, סלאָוואַקײַ, האָט געטענהט אין אַ בריוו, אַז ער האָט נישט געקאָנט געפֿינען די ריכטיקע מצבֿות, ווײַל זיי זענען אינגאַנצן פֿאַרוואַקסן געוואָרן מיט גראָז. זיגלער איז געווען צווישן די, וואָס האָבן באַשלאָסן אויסצוגעבן געלט, כּדי אָפּצוהיטן די הייליקע קבֿורה-ערטער.