געטאָ־הזכּרות איבער דער וועלט

Ghetto Memorial-Programs Around the World

Getty Images

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published April 05, 2013, issue of April 26, 2013.

דער אַמעריקאַנער פּאָעט טי. עס. עליאָט האָט געשריבן אין זײַנס אַ ליד, אַז „אַפּריל איז דער אַכזריותדיקסטער חודש‟, און ער האָט געהאַט זײַנע סיבות פֿאַר וואָס ער האָט אַזוי געהאַלטן, און מיר ייִדן האָבן אויך אונדזערע סיבות פֿאַר וואָס מיר קענען זײַן מסכּים מיט אים. ערבֿ פּסח, דעם 19טן אַפּריל 1943, האָבן ייִדישע קעמפֿער אָנגעהויבן זייער העלדישן ווידערשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. דעם חודש אין די ייִדישע קהילות איבער דער וועלט געדענקען מיר דעם קאַמף און די געפֿאַלענע קרבנות פֿונעם חורבן.


ניו־יאָרק

דעם 7טן אַפּריל, בײַם „ייִוואָ‟ וועט מען דעם זונטיק, 1:00 בײַ טאָג, ווײַזן דעם פֿילם „דער כראָניק פֿון וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד לויט מאַרעק עדעלמאַן‟. נאָך דעם, 3:00 אַ זייגער, וועט מען רעדן וועגן דעם אַרכיוו — „עונג־שבת‟ — וואָס מע האָט אויסבאַהאַלטן אינעם וואַרשעווער געטאָ. צו רעזערווירן אַן אָרט, גיט אַ קוק אויף: www.yivo.org/reservations

דעם 19טן אַפּריל, פֿרײַטיק, 12:30 בײַ טאָג, וועט מען זיך טרעפֿן אונטערן פֿרײַען הימל בײַם „שטיין‟, אין „ריווערסײַד־פּאַרק‟, ראָג 83סטע גאַס אין מאַנהעטן, לזכר דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד. די אונטערנעמונג ווערט אָרגאַנזירט פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס‟ בשותּפֿות מיט פֿאַרשיידענע ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס.

דעם 19טן אַפּריל, פֿרײַטיק, 7:00 אין אָוונט, וועט אין „אַרבעטער־רינג‟ אין ניו־יאָרק פֿאָרקומען אַן הזכּרה מיט דער זינגערין מיידאַ פֿײַנגאָלד. עס וועט רעדן אויף ענגליש די שרײַבערין קאַראָלין סטאָסינגער וועגן ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. דער אַדרעס פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟ איז 247 וועסט 37סטע גאַס אין מאַנהעטן. קלינגט: 6800־889־212 צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע.

דעם 21סטן אַפּריל, זונטיק, בײַם „שלום־עליכם־קולטור־צענטער‟ אין בראָנקס, 3301 ביינברידזש־עוועניו, אין בראָנקס, וועט זאָפֿיע שולמאַן דערציילן אירע קינדער־זכרונות פֿונעם וואַרשעווער געטאָ אויף ייִדיש. פֿיליס בערק וועט זינגען חורבן־לידער. צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, קלינגט: 0295־930־917

דעם 27סטן אַפּריל, שבת, 8:00 אין אָוונט, וועט פֿאָרקומען אינעם Cathedral of St. John the Divine אַ „צווישן־רעליגיעזע‟ אָנדענק־פּראָגראַם לזכר דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד. עס וועלן אָנטיילנעמען דער „ברוקלינער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער‟ מיטן דיריגענט יעקבֿ ברעגמאַן און „דער ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר‟, מיטן דיריגענט בנימין שעכטער. דער אַדרעס פֿונעם קאַטעדראַל איז: 112טע גאַס און אַמסטערדאַם־עוועניו.


ישׂראל

דעם 8טן אַפּריל, מאָנטיק, פֿון 10:00 ביז 12:00 אינעם „רינה קאָסטאַ צענטער פֿאַר ייִדיש־לימודים‟ בײַם „בר־אילן אוניווערסיטעט‟ וועט פֿאָרקומען אַ יזכּור־אַקאַדעמיע — „אין אָנדענק פֿון חורבן און מוט‟, אינעם „בק־אוידיטאָריום‟, געבײַדע 410. ד״ר נתּי כּהן וועט רעדן אויף דער טעמע „צווישן די ווענט און שטעכלדראָט — די ליטעראַרישע שאַפֿונג בעתן חורבן‟. מע וועט ווײַזן אַ פֿילם וועגן דעם לעבן פֿונעם פֿאָלקלאָריסט און שרײַבער יצחק גנוז, וועלכער איז געווען אויף דער שיף „עקסאָדוס‟. ד‟ר זאבֿ לעווין וועט רעדן וועגן די ייִדישע פּליטים אין מיטל־אַזיע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, און פּראָפֿ׳ הלל ווײַס, הויפּט פֿונעם צענטער פֿאַר ייִדיש־לימודים בײַם „בר־אילן אוניווערסיטעט‟ וועט זאָגן יזכּור און אל מלא רחמים.

דעם 7טן אַפּריל אין תּל־אָבֿיבֿ און דעם 8טן אַפּריל אין ירושלים, וועט „ייִדישפּיל‟ פֿאָרשטעלן צוויי פּראָגראַמען אין אָנדענק פֿון 70 יאָר וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד. אין תּל־אָבֿיבֿ וועט דאָס פֿאָרקומען 19:30 אין „אולם ZOA‟ (בית ציוני אמריקה‟ רח‘ דניאל פֿריש 1, און מאָנטיק, דעם 8טן אַפּריל, 9:50, אין „אולם שרובר תיארון‟ אין ירושלים.

דעם 17טן אַפּריל וועט מען אין „אַרבעטער־רינג‟ אין תּל־אָבֿיבֿ, זיך טרעפֿן 11:30 אין דער פֿרי, לזכר דעם „יאָרטאָג פֿון אומקום און גבֿורה‟. עס וועלן רעדן פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטערן און רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. דער „מיכאל קלעפּפֿיש־כאָר‟ בײַם „אַרבעטער־רינג‟ וועט אויפֿטרעטן, מיט דער דיריגענטין עליזה בלעכעראָוויטש. בײַם קלאַוויר: אַנאַ סמאָלאָוו.


פּאַריז

דעם 20סטן אַפּריל, שבת, 15:00, וועט פֿאָרקומען אינעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער־מעדעם ביבליאָטעק‟ אַ געטאָ־אַקאַדעמיע מיט שלום ראָזענבערג, יצחק ניבאָרסקי, זשיל ראָזיע, שרון בר־כּוכבֿא און זינגערין נעמי ווײַספֿעלד. 29 Rue du Chateau d‘Eau.

דעם 19טן אַפּריל, דאָנערשטיק, 15:30 בײַ טאָג, אינעם „מעדעם־צענטער אַרבעטער־רינג‟, 52 Rue Rene Boulanger, וועט דורכגעפֿירט ווערן אַן אָנדענק־פּראָגראַם לזכר שמואל זיגלבוים. עס וועלן אָנטיילנעמען: פֿיליפּ בוקאַראַ, אַנעט וועוויאָרקע און זשאָן־שאַרל שורעק.

לאָמיר צום סוף, פֿאַרענדיקן מיט אַ ליד פֿונעם ישׂראלדיקן שרײַבער יצחק גנוז וועגן דעם טרויעריקן קאַפּיטל אין אונדזער געשיכטע, וואָס ער האָט ספּעציעל אַרײַנגעשיקט אין דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע.

עס מעגן די ברוקשטיינער וויינען

„עס מעגן די ברוקשטיינער וויינען‟ —

פֿלעגט זאָגן מײַן מאַמע, זכרונה־לבֿרכה

אין אָנבליק פֿון טרויער, לײַדן און שטורעם

וואָס אין אונדזער געסל פֿלעגט קומען.

און זיי, די ברוקשטיינער, קליינע און גרויסע

שטײַף און פֿאַרבאָרגן אונטערן שניי און רעגן,

רעדער פֿון וואָגן, פּאָדקעוועס פֿון פֿערד,

זיי ווייסן און שווײַגן ווי די אַרומיקע ערד.

זיי האָבן געזען, געהערט און געשוויגן

ווען פֿאַריאָגטע אויף זיי זענען געגאַנגען,

ווען טרערן, פֿײַער און קויל האָבן געטריבן

אונדזערע אַלטע, פֿרישע, בליִענדע זאַנגען.

און זמירות געהילכט דאָ אין שבת פֿאַרנאַכטן

און יוגנט מאַרשירט דאָ מיט אַ חלום אַ פּראַכטן,

און קינדער געשפּילט דאָ אין שניי און אין רעגן

אַוועק און פֿאַרשוווּנדן אין בלײַענע וועגן.

די ברוקשטיינער געהאַקטע קײַלעכדיק און שפּיציק

פֿאָרכטיק זיי קוקן נאָך הײַנט צו די הימלען,

פֿאַרטרערט און פֿאַרכמאַרעט, פֿאַרוואָקסן מיט גראָזן

ווי די פֿאַרגעסענע טריט אין פֿאַרוויסטן בית־עולם.

הילצערנע שינדלען פֿון דעכער פֿאַרשוואַרצטע

צו בלויענע הימלען דער רויך האָט געשוועבט,

פֿאַרשטיקט די געוויינען פון קינדער די צאַרטע,

און ניטאָ דאָ הײַנט קיינער, וואָס האָט געזען,

וואָס געהערט.

„עס מעגן די ברוקשטיינער וויינען’‟ —

פֿלעגט זאָגן מײַן מאַמע, זכרונה־לבֿרכה,

אין אָנבליק פֿון טרויער, לײַדן און שטורעם

וואָס אין אונדזער געסל פֿלעגט קומען.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.