דאָס שליחות פֿונעם ייִדיש־לימוד

Yiddish at the University

ייִדיש נעמט אײַן אַ וויכטיקע פּאָזיציע
ייִדיש נעמט אײַן אַ וויכטיקע פּאָזיציע

פֿון לייזער בורקאָ

Published April 05, 2013, issue of April 26, 2013.

דער ייִדיש־לימוד אינעם אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט האָט זיך אָנגעהויבן בערך מיט אַ 70 יאָר צוריק. פֿאַראיינצלטע קורסן זײַנען געווען נאָך פֿריִער, אָבער אין 1943 איז דער “אַלטער” פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע, יודאַ יאָפֿע, געוואָרן פּראָפֿעסאָר אינעם פֿראַנצויזישן אוניווערסיטעט אין ניו־יאָרק. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, אין 1947, האָט מאַקס ווײַנרײַך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש אין סיטי־קאַלעדזש, און נגאָר אין גיכן, אין 1952, האָט קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט געשאַפֿן די אַטראַן־קאַטעדרע פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור, וווּ עס האָט געלערנט זײַן זון, אוריאל. זינט יענע נאָך־מלחמהדיקע יאָרן, בשעת די אַלגעמיינע ייִדישע קולטור האָט געהאַלטן אין גיין באַרג־אַראָפּ מיט אַ גוואַלדיקן אימפּעט, טענהן אַ טייל אַקאַדעמיקער, אַז זיי האָבן געמאַכט פֿונעם אוניווערסטעט אַ פֿעסטונג פֿאַר ייִדיש. די ייִדיש־קורסן פֿאַרמערן זיך, עס שפּראָצן אויף זומער־פּראָגראַמען אין יעדן ווינקל פֿון דער וועלט, און כאָטש לעצטנס האָבן די אוניווערסיטעטן געוואָרפֿן עטלעכע לערערס אויף הפֿקר, כּדי אײַנצושפּאָרן געלט, קען מען נאָך אַלץ זיך גרייסן מיט די טויזנטער סטודענטן אומעטום וואָס לערנען זיך די שפּראַך.

ווען די אַטראַן־קאַטעדרע איז אויפֿגעקומען, האָט מאַקס ווײַנרײַך געשריבן אין “פֿאָרווערטס”: “די קאַטעדרע אַליין קען דעם קאַמף פֿאַר ייִדיש אין אַמעריקע ניט געווינען”. (און ווער וואָלט געמיינט, אַז יאָ?) “אָבער אין דעם גאַנצן קאַמף איז די קאַטעדרע בײַם קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט אַ וויכטיקע פּאָזיציע. ס׳איז אַזוי ווי אין אַ מלחמה, ווען אַן אַרמיי פֿאַרנעמט אַ באַרג. פֿאַר זיך איז דער באַרג קיין ראַיה ניט, אַז מען וועט געווינען, אָבער די אַרמיי, וואָס האָט פֿאַרנומען דעם באַרג, האָט אַ בעסערן שאַנס.”

נאָך 60 יאָר קען מען ענטפֿערן ציניש, אַז אונדזער אַרמיי פֿון ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן און ייִדיש־לערער קוקט אַראָפּ פֿון דעם דאָזיקן באַרג און זעט, ווי מאַמע־לשון ליגט דאָרט אויפֿן שלאַכטפֿעלד אַ צעהרגעטע. קוים וואָס זי זשיפּעט. איז צו וואָס איז געווען דער גאַנצער טומל — וואָס האָט טאַקע אויפֿגעטאָן דער ייִדיש־לימוד? איך הער דאָס גענוג אָפֿט אַפֿילו פֿון גוטע פֿרײַנד, וואָס קענען ייִדיש פֿון דער היים.

אויך אין יענע יאָרן זײַנען געווען שוואַרצזעער און פּעסימיסטן, וואָס האָבן געמיינט, אַז די ייִדיש־קאַטעדרעס ברענגען ניט קיין נוץ; אַז די צאָל סטודענטן איז צו ווייניק, און אַז זייער ייִדיש־קענטעניש האָט ניט קיין ממשות. אַפֿילו יודל מאַרק האָט געשריבן: “די קאַטעדרע דאָ אָדער דאָרטן קען ניט פֿאַרריכטן קיין שום מערכה. עס איז נישט מער ווי אַ שיינדל, אָבער קיין שום מחלה היילט עס נישט”.

ס׳איז טשיקאַווע צו זען, ווי אַזוי דער זון טראַכט וועגן דער דאָזיקער פֿראַגע. אוריאל ווײַנרײַך האָט אַ סך בעסער פֿאַרשטאַנען די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, ווי דער טאַטע זײַנער, און ער האָט זיך ניט געלייגט קיין פֿייגעלעך אין בוזעם. אַזוי שרײַבט ער אין 1952 אין אַ בריוו צו דעם “פֿאָרווערטס”־שרײַבער צבֿיון — דער וואָס האָט פֿאַקטיש געמאַכט דעם “שידוך” מיטן געלטגעבער, דעם גרויסן שטרימפּ־פֿאַבריקאַנט פֿראַנק אַטראַן:

“איך בין ניט זיכער, צי מען קען מעסטן דעם דערפֿאָלג פֿון דער קאַטעדרע מיט נאַקעטע ציפֿערן, ווײַל ניט אויף גרויסע צאָלן איז זי אויסגערעכנט. די קאַטעדרע האָט דאָך אירע ספּעציפֿישע פֿונקציעס. איין עובֿדה אירע איז צו זײַן אַן אָריענטיר־צענטער אין הלכות ייִדיש און ייִדישער קולטור פֿאַר ספּעציאַליסטן אויף שכנישע געביטן. […] אַ צווייטע פֿונקציע האָט די קאַטעדרע: געבן סטודענטן אַ מיגלעכקייט זיך צו ספּעציאַליזירן טאַקע אויפֿן געביט פֿון ייִדיש גופֿא. […]

“אָפֿט פֿרעגט מען מיך, צי לערן איך אין קאָלאָמביע אויך סתּם ייִדיש, דאָס הייסט, פּשוט די שפּראַך. יאָ, פֿאַראַן אַן אָנהייבער־קורס און אַ מיטעלער קורס. אָבער וויפֿל קען מען זיך שוין אויסלערנען אין אַ יאָריקן קורס פֿון צוויי שעה אַ וואָך? […] ניין, קיין גרויסע גאונים אין ייִדיש קענען ניט ווערן מענטשן, וואָס הייבן אָן דערוואַקסענערהייט לערנען אַלף־בית צו צוויי שעה אַ וואָך. דאָס הייסט חלילה ניט, אַז מען דאַרף די שפּראַכקורסן אָפּשאַפֿן; […] מען דאַרף אָבער דרינגען פֿון דעם, אַז די אַטראַן־קאַטעדרע — די איינציקע ייִדיש־קאַטעדרע אין אַן אַמעריקאַנער אייבערשול — דאַרף זיך אָפּגעבן דערהויפּט מיט העכערע סטודענטן־ספּעציאַליסטן.”

אוריאל נעמט ניט אָן, אַז זײַן עיקר־ציל דאַרף זײַן צו לערנען די סטודענטן ייִדיש. די סטודענטן זײַנען צו אַלט, די צײַט איז צו קורץ — שוין פֿאַרפֿאַלן! קיין ממשותדיקע ראָלע אינעם “קאַמף פֿאַר ייִדיש” קען דער ייִדיש־לימוד ניט שפּילן. זײַן ציל איז פּשוט אויסצושולן נײַע ייִדיש־פֿאָרשער, וואָס זיי וועלן כאָטש באַרײַכערן אונדזער וויסנשאַפֿט און צוטראָגן עפּעס צום חשיבֿות פֿון דער שפּראַך; אָבער פֿון וואַנען זאָל מען זיי נעמען?

“פּראָפּאַגאַנדע איז ניט גענוג — שרײַבט אוריאל ווײַנרײַך ווײַטער — מען מוז אויך שאַפֿן אַ נאָכפֿרעג אויף ייִדיש־קענטעניש; און דאָס איז אַ האַרבער און אַ קאָמפּליצירטער ענין. […] מען דאַרף צו ביסעלעך אײַנרעדן אַנדערע אָפּטיילונגען, זיי זאָלן שטעלן פאָדערונגען פֿון ייִדיש־קענטעניש בײַ זייערע סטודענטן. […] דעם נאָכפֿרעג דאַרף מען אויך שאַפֿן אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכער וועלט. הלוואַי וואָלטן די ייִדישע קהלשע אינסטיטוציעס וואָס פֿאָדערן בײַ זייער פּערסאָנאַל ניט מער ווי אַ ‘ייִדישן הינטערגרונט’, געמאָנט אַ ביסל קענטענישן אין ייִדישע זאַכן! אַנטוויקלען אַזאַ נאָכפֿרעג איז, לויט מײַן מיינונג, בײַם הײַנטיקן מצבֿ אונזערן די וויכטיקסטע קולטור־אויפֿגאַבע.

“אויב ס’וועט ווערן אַ נאָכפֿרעג אויף ייִדיש־קענטעניש, וועלן שוין ממילא זײַן אויך סטודענטן פֿון ייִדיש אין קאָלאָמביע (און אין אַנדערע אוניווערסיטעטן). ביז דעמאָלט קענען קומען נאָר פֿון פֿריִער איבערגעגעבענע יונגע־לײַט וואָס ווילן שטודירן ייִדיש לשמה. און יעדערער פֿון די יחידי־סגולה אַפֿילו מוז גלײַכצײַטיק זיך לערנען נאָך אַנדערע זאַכן, וואָרעם פֿון זײַן אַ ספּעציאַליסט אויף ייִדיש וועט ער ניט האָבן אויף ברויט”.

אוריאל האָט, ווײַזט אויס, גאַנץ גוט פֿאַרשטאַנען, אַז אַפֿילו דאָס אויסשולן נײַע פֿאָרשער לאָזט זיך כּמעט ניט מאַכן אונטער אַזעלכע באַדינגונגען, ווי ייִדיש האָט זיך דעמאָלט געפֿונען. (ווער רעדט שוין פֿון די הײַנטיקע באַדינגונגען!) בלײַבט איבער דער קאַטעדרע נאָר די קליינע עובֿדה צו העלפֿן מיט זייער פֿאָרשונג אַזעלכע, וואָס האָבן זייער פּרנסה פֿון “אַנדערע זאַכן”. אַזאַ קאַמף קען די קאַטעדרע טאַקע געווינען, און ס׳איז זייער פֿיל אויפֿגעטאָן, וואָס שייך פֿאָרשונג אין די דאָזיקע 70 יאָר פֿון ייִדיש אין די אוניווערסיטעטן. מיר אויפֿן באַרג קענען שטאָלצירן מיט אַ סך דיסערטאַציעס און אַרטיקלען, און די ייִדיש־פֿאָרשונג קען זיך פֿאַרגלײַכן מיט אַנדערע אַקאַדעמישע געביטן.

איך וואָלט געווען אַ בעלן צו הערן וואָס זײַן טאַטע, מאַקס ווײַנרײַך, וואָלט געזאָגט אויף דעם; מסתּמא וואָלט ער געפֿרעגט: “נאָר איז דאָס טאַקע גענוג?”