געזאַנג לזכר יום־השואה

Songs to Commemorate the Holocaust

Published April 08, 2013, issue of April 26, 2013.

אין אָנדענק פֿונעם הײַנטיקן טאָג לזכּרון דעם חורבן, ברענגען מיר דרײַ חורבן-לידער דורכן ווידעאָ, וועלכע זענען ווייניקער באַקאַנט.

דאָס ערשטע ליד זינגט די ישׂראלדיקע זינגערין רות לעווין, די טאָכטער פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר לייבו לעווין (1914 — 1983). זי זינגט „אַ הויכער בוים, אַ שיינער בוים, אַ שטאַרקער בוים!‟, ווערטער פֿון שיקע דריז (1908 — 1971), מוזיק פֿון לייבו לעווין. דאָס ליד האָט זי רעקאָרדירט אויפֿן קאָמפּאַקטל „געהיימע געסט‟.

דאָס צווייטע און דריטע ליד זינגט שׂרה גאָרבי (1900 — 1980). די ווידעאָ־פֿאַרבינדונג ווײַזט צוויי פֿאָרשטעלונגען פֿון פּאַריז, 1966. „מודה אַני‟ איז אַ ליד פֿון מאַרק שווייד (1895 — 1969), מוזיק פֿון מיכל געלבאַרט (1889 — 1962).

„גייען זיי אין שוואַרצע רייען‟ איז אַ ליד פֿון מאַני לייב (1883 — 1953), מוזיק פֿון מיכל געלבאַרט.