„הדירה‟: דער עבֿר איז פֿול מיט סורפּריזן

“The Flat”: The Past is Full of Surprises

גאָלדפֿינגערס באָבע־זיידע, קורט און גערדאַ טוכלער, זיצן אין אַן אייראָפּעיִשן קאַווע־הויז
גאָלדפֿינגערס באָבע־זיידע, קורט און גערדאַ טוכלער, זיצן אין אַן אייראָפּעיִשן קאַווע־הויז

פֿון עדי מהלאל

Published April 09, 2013, issue of April 26, 2013.
דער פּלאַקאַט פֿון דעם דאָקומענטאַר „הדירה” (די דירה)
דער פּלאַקאַט פֿון דעם דאָקומענטאַר „הדירה” (די דירה)

ווען דער רעזשיסאָר אַרנון גאָלדפֿינגער האָט אָנגעהויבן פֿילמירן דאָס אויסליידיקן זײַן באָבעס דירה נאָך איר טויט, האָט ער נאָר בדעה געהאַט צו שאַפֿן אַ קורצן דאָקומענטאַר וועגן דער צעטיילונג פֿון זכּרון, און וועגן וואָס מע קען זיך לערנען וועגן מענטשן דורך זייערע חפֿצים. אָבער צוליב אַ ריי פֿון צופֿעליקע און דערשטוינענדיקע אַנטפּלעקונגען, איז אים קלאָר געוואָרן, אַז ער האָט אין זײַנע הענט עפּעס אַ גרעסערע געשיכטע. סײַ ער, סײַ זײַן מאַמע, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין בערלין אין די 1930ער יאָרן, און סײַ אַנדערע קרובֿים, האָבן גאָר קיין אַנונג נישט געהאַט, וואָס עס באַהאַלט זיך אינעם בוידעם פֿון דער דירה אין צענטער פֿון תּל-אָבֿיבֿ, וווּ גערדאַ טוכלער האָט פֿאַרבראַכט זיבעציק יאָר.

דער ישׂראל-דײַטשישער דאָקומענטאַר „הדירה‟ (די דירה) באַשעפֿטיקט זיך טאַקע מיט דער פֿינף־יעריקער רײַזע פֿון גאָלדפֿינגער, צומאָל באַגלייט מיט זײַן מאַמען, צו אַנטפּלעקן די משפּחה-סודות. ס’איז נישט כּדאַי אויסצוזאָגן די אַלע דראַמאַטישע איבערקערענישן וואָס קומען אינעם פֿילם פֿאָר. מעג מען אפֿשר נאָר זאָגן, אַז דער ערשטער דראַמאַטישער איבערקער האָט צו טאָן מיט אַ פּעקל אַלטע זשורנאַלן אויף דײַטש, וווּ דער האַקנקרייץ־סימבאָל שטייט זײַט בײַ זײַט מיט אַ מגן-דוד.

דער רעזשיסאָר אַרנון גאָלדפֿינגער איז אַ באַקאַנטער נאָמען בײַ די „פֿאָרווערטס‟־לייענער, אַ דאַנק זײַן פֿריִערדיקן גאָר געלונגענעם דאָקומענטאַר „די קאָמעדיאַנטן‟ (2000), וווּ ס‘ווערט דערציילט די געשיכטע פֿון דער בורשטיין־משפּחה. דורך דער לעבנס-געשיכטע פֿון פּסחקע בורשטיין און די אַנדערע משפּחה-מיטגלידער (אַרײַנגערעכנט זײַן זון מײַק בורשטיין), דערציילט זיך אויך די געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער. גאָלדפֿינגערן, נאָך יאָרן פֿון פֿאַרנעמען זיך מיט דער בורשטיין־משפּחה, איז איין מאָל אײַנגעפֿאַלן, אַז בעצם ווייסט ער כּמעט גאָרנישט מכּוח זײַן אייגענעם משפּחה־עבֿר. האָט ער, אַ יעקע אין דריטן דור, באַשלאָסן צו פֿאָרשן אָט־דעם ענין. דער רעזולטאַט דערפֿון: אַ פֿילם, וואָס זינט ער איז אַרויס אין 2011, איז געוואָרן אַ שם-דבֿר, וווּ מע זאָל אים נישט געווען ווײַזן איבער דער וועלט. ער האָט געוווּנען אָן אַ שיעור פּריזן און בכּבֿודיקע אויסצייכענונגען, און ער איז באַקרוינט געוואָרן אין ישׂראל, ווי איינער פֿון די בעסטע ישׂראלדיקע דאָקומענטאַרישע פֿילמען ווען עס איז, און בפֿרט ווי איינער פֿון די וויכטיקסטע פֿילמען וועגן דעם חורבן.

אין דײַטשלאַנד, האָט דער פֿילם געמאַכט אַ טומל צוליב דעם, וואָס ער באַהאַנדלט אויכעט די טעמע פֿון דעם, ווי אַזוי די הײַנטיקע דײַטשן לעבן מיט דעם נאַצישן עבֿר. און בעיקר, באַווײַזט ער ווי אָט די טעמע האָט נישט פֿאַרלוירן איר שײַכדיקייט מיטן הײַנטיקן טאָג.

אַרנון גאָלדפֿינגער באַקומט אין ישׂראל דעם „אופֿיר”־פּריז פֿאַרן בעסטן דאָקומענטאַר
אַרנון גאָלדפֿינגער באַקומט אין ישׂראל דעם „אופֿיר”־פּריז פֿאַרן בעסטן דאָקומענטאַר

נאָך דעם וואָס ער איז זוכה געווען צו אַזאַ גרויסער הצלחה אין דײַטשלאַנד, אַרײַנגערעכנט דאָס געווינען דעם „באַוואַרישן פֿילם-פּריז‟, האָט מען געבעטן פֿון גאָלדפֿינגער ער זאָל אָנשרײַבן אַן אַרטיקל וועגן דעם פֿילם פֿאַר דעם דײַטשישן זשורנאַל „די צײַט‟. אָט זענען אַ פּאָר אויסצוגן פֿון דעם דאָזיקן פֿאַרכאַפּנדיקן טעקסט, איבערגעזעצט פֿון דײַטש:

„די באָבע גערדאַ האָט געלעבט 70 יאָר אין דער זעלבער דירה, זינט זי האָט געמוזט פֿאַרלאָזן דײַטשלאַנד. דאָס שווערע אייראָפּעיִשע מעבל, פּאָרצעלאַן-פֿיגורן, הונדערטער ביכער, אויב נישט טויזנטער — אַלץ אין דער דירה איז געווען פֿון איר היים. דער באַזוך פֿאָלגט שטענדיק אַ פֿעסטן ריטואַל. די באָבע, תּמיד עלעגאַנט געקליידט, האָט מיך געפֿירט אין דעם וווינצימער. מיר זעצן זיך אַוועק — איך אויף דער סאָפֿע, זי אין דער שטול — פֿון לינקס און רעכטס אויף דער וואַנט הענגען צוויי פּאָרטרעט-בילדער, געמאָלט פֿון אַ קינסטלער: אַ שיינע פֿרוי מיט שוואַרצע האָר, די באָבע גערדאַ; און, מיט אַ שטרענגער מינע און אַ דורכגעדרונגענעם בליק, דער זיידע קורט ז”ל. דעמאָלט, בײַם טרינקען טיי, עסן עפּלשטרודל אָדער שווייצער שאָקאָלאַד, הייסט זיך אָן דער געשפּרעך. נישט געקוקט אויף די אַלע יאָרן אין ישׂראל, האָט די באָבע גערדאַ נישט באַהערשט די העברעיִשע שפּראַך, און איך, אַ טיפּיש קינד פֿון ישׂראל, האָב זיך קיין דײַטש נישט אויסגעלערנט. פֿלעגן מיר פֿירן אונדזערע שמועסן אויף ענגליש. טיילמאָל, האָב איך פֿאַרגעסן אויף אַ רגע, אַז מיר האָבן זיך געפֿונען אין מיטל־מיזרח.‟

אַרנון גאָלדפֿינגער שטייט לעבן אַ גרויסן חסיד פֿון “הדירה”, דעם באַרימטן דאָקומענטאַריסט מײַקל מאָר
אַרנון גאָלדפֿינגער שטייט לעבן אַ גרויסן חסיד פֿון “הדירה”, דעם באַרימטן דאָקומענטאַריסט מײַקל מאָר

ווײַטער אינעם גאָר לאַנגן אַרטיקל שרײַבט גאָלדפֿינגער וועגן דעם סאַמע אָנהייב פֿון דער דראַמע בעתן אויסליידיקן דער באָבעס דירה:

„און דעמאָלט ווײַזט זיך פּלוצעם אַרויס אַ צעברעקלטע צײַטונג פֿון די דרײַסיקער יאָרן מיטן וויסטן סימבאָל — אַ האַקנקרייץ. וואָס טוט די נאַצי-פּראָפּאַגאַנדע אין דער באָבע-זיידעס שאַפֿע? און נאָך אַ נומער און נאָך איינער — צוועלף פֿאַרגעלטע, אָבער גוט פּרעזערווירטע אויסגאַבעס פֿון נאַצי-צײַטונגען. איך ציטער. זיי זענען נאַטירלעך פֿול מיט היטלער, הימלער, געבעלס און זייער חבֿרה… און פּלוצעם פֿאַלט מײַן בליק אויפֿן פּנים פֿון אַ ווייניק־באַקאַנטן נאַצי, וואָס ווײַזט זיך אין יעדן נומער, מיט פֿעטע אותיות אונטערגעשטראָכן — אַ רײַזע-באַריכט אונטער דעם טיטל ׳אַ נאַצי פֿאָרט קיין פּאַלעסטינע׳…”

די גאַנצע דראַמע אַנטפּלעקט זיך אינעם פֿילם גופֿא, וואָס איז בהן-צידקי זייער כּדאַי. דער די.ווי.די וועט אַרויס דעם ערשטן סעפּטעמבער 2013.

אַ קורץ שטיקל פֿונעם פֿילם געפֿינט זיך אויפֿן „יו-טיוב‟, אָט דאָ: