צווישן לעבן און טויט

Between Life and Death


פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 09, 2013, issue of April 26, 2013.

דער גרויסער דײַטשישער פֿילאָסאָף מאַרטין הײַדעגער האָט געשריבן, אַז אַ מענטש אַנטפּלעקט אויטענטיש וועזן, ווען ער פֿאַרשטייט, אַז זײַן לעבן פֿירט אים צום טויט.

הײַדעגער איז געווען אַן עטוואָס קאָנטראָווערסאַלע פֿיגור. בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט ער קריטיקירט אַנטיסעמיטיזם און פֿאָרט געשטיצט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער נאַצי-אידעאָלאָגיע. פֿונדעסטוועגן, האָט זײַן געליבטע חנה אַרענדט, אַ באַקאַנטע ייִדישע דענקערין, שטאַרק געהאַלטן פֿון הײַדעגערן. דער דאָזיקער געדאַנק, אַז דאָס מענטשלעכע וועזן איז בעצם „לעבן-צום-טויט‟, קאָן טאַקע ברענגען געוויסע מענטשן צו פֿינצטערע פּראָ־פֿאַשיסטישע אויספֿירן. למשל, די רוסישע „נאַציאָנאַל-באָלשעוויסטישע פּאַרטיי‟, אַ סתּירותדיקע נאַציאָנאַליסטישע אָרגאַניזאַציע, האָט אויסגעקליבן דעם ראָמאַנטישן לאָזונג „יאָ, טויט!‟, גלייבנדיק, אַז כּדי צו ווערן אַן אמתער מענטש, מוז מען זײַן גרייט צו שטאַרבן.

ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז הײַדעגער איז נישט געווען דער ערשטער דענקער, וועלכער האָט אויסגעדריקט אַזאַ געדאַנק. רבי נחמן בראַצלעווער גיט אַן עצה אין זײַן ספֿר „שׂיחות-הר״ן‟, זיך פֿאָרצושטעלן, אַז דאָס לעבן איז אַ וועג פֿון אַ פֿאַרמישפּטן אַרעסטאַנט צו דער תּליה. די „פּאָליציי-קאַרעטע‟ פֿונעם לעבן פֿירט דעם מענטש יעדן מאָמענט אַלץ נענטער צום טויט, וועלכער קאָן קומען אינגאַנצן אומדערוואַרט. פּונקט אַזוי ווי הײַדעגער, האָט רבי נחמן געהאַלטן, אַז אַזאַ וועלטבאַנעם — הגם ער זעט אויס, אויפֿן ערשטן בליק, ווי אַ טיף-פּעסימיסטישער — איז מסוגל צו אַנטפּלעקן דאָס שלימות פֿונעם וועזן.

אַ גרויסער חילוק צווישן רבי נחמנען און הײַדעגערן באַשטייט, פֿאַרשטייט זיך, אין דעם, וואָס דער חסידישער צדיק האָט געגלייבט אינעם עולם-הבא. פֿאַר אים איז דער גשמיותדיקער טויט בלויז אַן איבערגאַנג-שטאַפּל צווישן די וועלטן. דער פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף-מיסטיקער אַנרי קאָרבען איז געקומען צו דער זעלבער שיטה דורך זײַנע פֿאָרשונגען פֿון מוסולמענישע עזאָטערישע טראַדיציעס, וועלכע שטימען מיט רבי נחמנס געדאַנק. דאָס מענטשלעכע וועזן ווערט אַנטפּלעקט אויפֿן פֿולסטן אופֿן, ווען דער אַנגסט פֿונעם קומענדיקן טויט קומט צוזאַמען מיט אַ שטאַרקער אמונה.

ריימאָנד מודי, אַן אַמעריקאַנער דאָקטער און אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע, האָט אינעם יאָר 1975 אַרויסגעגעבן זײַן באַרימטן בוך „לעבן נאָכן טויט‟, וווּ ער ווײַזט, אַז אַ סך מענטשן, וועלכע זענען געשטאָרבן אויף עטלעכע מינוט און זענען אָפּגעחיעט געוואָרן, דערציילן מעשׂיות וועגן זייער קורצן וויזיט אין עולם-הבא.

מודיס פֿאָרשונגען רופֿן אַרויס דעבאַטן צווישן גלייביקע און נישט-גלייביקע דאָקטוירים. די אַטעיִסטן טענהן, פֿאַרשטייט זיך, אַז ווען אַ מענטש האַלט בײַם שטאַרבן, זעט ער פֿאַרשיידענע האַלוצינאַציעס. ווען עמעצער האָפֿט „אַרויפֿצופֿליִען‟ אויף יענער וועלט — זעט ער אַזאַ דמיון אין זײַן מוח. דאָס אַליין, זאָגן די סקעפּטיקער, איז נישט קיין ראיה, אַז די נשמה לעבט ווײַטער נאָכן ענדגיטליקן טויט…

דעם 27סטן מאַרץ, האָט דער אַקאַדעמישער זשורנאַל „PLOS ONE‟ פּובליקירט די רעזולטאַטן פֿון אַ מעדיצינישער פֿאָרשונג, וועלכע גיט צו אַ נײַע דימענסיע צו די דערמאָנטע פֿילאָסאָפֿישע פֿראַגעס. אַ גרופּע נייראָפּסיכאָלאָגן פֿונעם ליגער אוניווערסיסטעט, אין בעלגיע, האָט אָנגעוויזן, אַז די איבערלעבונגען בעתן קלינישן טויט פֿילן זיך שאַרפֿער און עמאָציאָנעלער, ווי דאָס נאָרמאַלע לעבן. וואַנעסאַ שאַרלאַן-ווערוויל, איינע פֿון די פֿאָרשער, האָט דערקלערט, אַז די וויזיעס, וואָס אַ מענטש זעט, ליגנדיק אין אַ קאָמע, לאָזט איבער אַ שטאַרקן רושם אויפֿן גאַנצן לעבן, צוליב זייער באַזונדערער לעבעדיקייט.

עס באַקומט זיך אַן אינטערעסאַנטער פּאַראַדאָקס: פּונקט ווען עמעצער האַלט בײַם שטאַרבן, דערפֿילט ער דעם שטאַרקסטן טעם פֿון לעבן. אין אַזעלכע מאָמענטן, פֿילן די קליניש-טויטע מענטשן, ווי זייערע נשמות פֿליִען אָפּ פֿונעם גוף דורך אַ טונעל, אַ טײַך אָדער אַ טיר צו אַ שײַנענדיק ליכט. צומאָל טרעפֿן זיי אויף יענער זײַט פֿונעם טונעל זייערע פֿאַרשטאָרבענע קרובֿים, וועלכע וואָרענען זיי, אַז זייער לעבן אין עולם-הזה איז נאָך נישט פֿאַרענדיקט.

קריסטיאַן אַגרילאָ, אַן איטאַליענישער פּסיכאָלאָג, וועלכער האָט זיך נישט באַטייליקט אין דער בעלגישער שטודיע, אָבער איז גוט באַקאַנט מיטן ענין, האַלט, אַז אין אַזעלכע קריטישע מאָמענט קומט פֿאָר עפּעס זייער ערנסטס מיט מענטשן. מע קאָן עס נישט אַוועקמאַכן ווי אַ פֿאַלשע דערמאָנונג, וואָס קומט אויף אינעם מוח, ווען דער שיִער נישט געשטאָרבענער פּאַציענט ווערט אָפּגעמינטערט.

די קריטיקער האָבן באַמערקט, אַז די נײַע שטודיע ווײַזט נאָך אַלץ נישט אָן, צי אַזעלכע איבערלעבונגען זענען טאַקע אַ וויזיט אויף יענער וועלט, צי סתּם האַלוצינאַציעס. זיי באַמערקן, אַז אונטער הויכע דאָזעס פֿון קעטאַמין און אַנדערע האַלוצינאָגען-שטאָפֿן, זעען מענטשן ענלעכע זאַכן, ווי אויך ווען מע פֿאַרנעמט זיך מיט טיפֿע מעדיטאַציעס. פֿאַר אַ גלייביקן מענטש איז עס אָבער, אַ ראַיה, וואָס מאַכן זײַן אמונה נאָך שטאַרקער. במשך פֿון טויזנטער יאָרן נוצט מען אַזעלכע מיטלען, כּדי צו פֿאַרלאָזן אויף אַ ווײַל די גשמיותדיקע וועלט. אין אַ סך חסידישע ספֿרים שטייט געשריבן, צום בײַשפּיל, אַז ווען מע שיכּורט זיך אָן פּורים ביזן חלשן, קאָן מען דערגרייכן זייער אַ הויכע גײַסטיקע מדרגה.

עס שטעלט זיך אויך אַ פֿילאָסאָפֿישע פֿראַגע: אויב אַ חלום זעט אויס לעבעדיקער, ווי די וואָר — פֿאַרוואָס זאָגט דער עולם, אַז ס׳איז „בלויז אַ חלום‟? סוף-כּל-סוף, קומען חלומות פֿון קאָנקרעטע פּראָצעסן אינעם מענטשלעכן מוח, דערפֿאַר זענען זיי פּונקט אַזוי רעאַל, ווי די אַרומיקע וועלט. די כוואַליעס אינעם ים און וואָלקנס אינעם הימל זענען אויך אומסטאַביל און פֿאַרבײַיִק; קיינער לייקנט אָבער נישט אָפּ זייער רעאַליטעט.

אַזעלכע שטודיעס ווײַזן, אַז הגם די הײַנטיקע וויסנשאַפֿט האָט דערמעגלעכט צו לייזן אַ סך סודות אינעם אוניווערס, איז זי נאָך אַלץ נישט מסוגל צו פֿאַרשטיין דעם סאַמע נאָענטסטן אָביעקט פֿון פֿאָרשונג — דעם מענטש אַליין. עס באַקומט זיך, אַז ס׳איז גרינדער משׂיג זײַן, ווי אַזוי „עס אַרבעט‟ אַ ווײַטער שטערן אָדער אַן אַטאָם, איידער אַזאַ „פּשוטע‟ טאָג-טעגלעכע זאַך, ווי אַ חלום, שוין אָפּגערעדט פֿון עקסטרעמע דערפֿאַרונגען בעת אַ סכּנותדיקן מאָמענט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.