ווער האָט הײַנט אַ דעה אין מיטל-מיזרח

Who Has A Say in the Middle East Today?

דער קאַטאַרער פּרעמיער כאַמאַד בין דזשאַסים בין יאַבר אַל־טאַני (אין צענטער) און פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס (דער צווייטער פֿון לינקס) אויף אַ זיצונג פֿונעם „שלום־איניציאַטיוו־קאָמיטעט‟, דעם 8טן אַפּריל אין דאָהאַ, קאַטאַר.
Getty Images
דער קאַטאַרער פּרעמיער כאַמאַד בין דזשאַסים בין יאַבר אַל־טאַני (אין צענטער) און פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס (דער צווייטער פֿון לינקס) אויף אַ זיצונג פֿונעם „שלום־איניציאַטיוו־קאָמיטעט‟, דעם 8טן אַפּריל אין דאָהאַ, קאַטאַר.

פֿון שבֿע כּהן

Published April 10, 2013, issue of April 26, 2013.

מדינות האָבן א נטיה צו לעבן אין די אַמאָליקע צײַטן. פֿאַרוואָס, למשל, גיבן אָפֿט נישט אָפּ די אייראָפּעיִשע מדינות קיין פּאַסיקן כּבֿוד די פֿאַראייניקטע שטאַטן? ווײַל זיי געדענקען נאָך די יאָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה, ווען זיי זענען געווען גרויסע אימפּעריעס מיט קאָלאָניעס אַרום דער וועלט. עס דאַכט זיך אָבער, אַז אַמעריקע האָט זיך אָנגעשטעקט פֿון די אייראָפּעער און בלײַבט שטעקן אין דער מענטאַליטעט, פֿון וועלכער זי האָט געגילט אין די 1980ער יאָרן. אַמעריקע האַלט נאָך אַלץ, אַז זי איז די איינציקע אימפּעריע וואָס איז געבליבן. נישט געקוקט אויף דעם קוקווינקל, שטײַגן נײַע אימפּעריעס אַרויף און איר השפּעה ווערט וואָס אַ מאָל שוואַכער, בפֿרט אין מיטל-מיזרח וווּ די השפּעה פֿון רוסלאַנד, קאַטאַר און כינע ווערן אַלץ וויכטיקער.

די פֿאַרשלאָפֿנקייט פֿון אַמעריקע דרוקט זיך אויס קלאָר אין סיריע. אַמעריקע האָט לכאורה וואָלט בפֿירוש געדאַרפֿט שטיצן די רעבעלן קעגן דער אַסאַד-רעגירונג אי צוליב אירע פּרינציפּן פֿון דעמאָקראַטיע און מענטשן-רעכט, אי כּדי צו באַגרענעצן די השפּעה פֿון רוסלאַנד אין סיריע. אָנשטאָט דעם, מחמת די טראַומאַטישע איבערלעבונגען אין איראַק און אַפֿגאַניסטאַן, האָט די אַמעריקאַנער רעגירונג מער נישט קיין אַפּעטיט צו קעמפֿן אין דעם ראַיאָן. אַפֿילו די מלחמה אין ליביע — אַ קליינע מדינה וואָס באַשטייט פֿון אַ פּאָר שטעט אויפֿן ברעג-ים — איז געווען קאָנטראַווערסיעל. קל־וחומר איז נישט געווען קיין פּאָליטיש ווילן זיך אַרײַנצומישן אין סיריע, אַ גרויסע מדינה וואָס שפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אינעם מיטל-מיזרח.

דעריבער האָט מען צוויי זײַטן אין סיריע. פֿון איין זײַט, ווערט באַשאַר אַל-אַסאַד און זיין רעגירונג געשטיצט און באַוואָפֿנט פֿון רוסלאַנד און איראַן, בלוטע שׂונאים פֿון אַמעריקע. פֿון דער צווייטער זײַט, שטייען די רעבעלן אויף די פֿוס, אַ דאַנק דער ברייטהאַרציקער שטיצע פֿון סאַודיע און קאַטאַר. די זעלנער וואָס קומען פֿון אָט די מדינות ,זײַנען, דער עיקר, איסלאַמיסטן וואָס זייער ציך איז צו מאַכן אַן עק צו דער שיִיִטישער מאַכט.

רוסלאַנד אַרבעט בשותּפֿות מיט כינע. כינע העלפֿט אָפּצוהיטן די סירישע רעגירונג אין דער „יו־ען‟. האַלט אונטער די סירישע עקאָנאָמיע קעגן די סאַנקציעס און איז ממשיך צו אינוועסטירן אין די איראַנישע נאַפֿט-פֿעלדער. בשעת די מערבֿ־וועלט און די אַראַבישע וועלט קעמפֿן צוזאַמען קעגן דער איראַנישער אַטאָמישער פּראָגראַם, מאַכט זיך כינע נישט וויסנדיק.

נישט געקוקט אויף דעם וואָס כינע צעשטערט די פּלענער פֿון אַמעריקע און דער אַראַבישער וועלט, לאָזן די אַראַבישע מדינות כינע זי זאָל פֿאַרגרעסערן איר השפּעה אין דעם ראַיאָן. כינע אינוועסטירט אין נאַפֿט אין די אַלע מדינות אַרײַנגערעכנט סאַודיע און קוּווייט. זי העלפֿט אַרויס די מער אָרעמע מדינות דורכן שטיצן פֿינאַנציעל די אַנטוויקלונג פֿון פּראָיעקטן אין טוניסיע; לײַען געלט אין סודאַן און בויען אַ מעטשעט אין אַלדזשיריע; אָנקניפּן עקאָנאָמישע באַציִונגען מיט עגיפּטן און ירדן. די צאָל כינעזישע טוריסטן אין מיטל-מיזרח וואַקסט. אַזוי אַרום איז כינע געוואָרן זייער וויכטיק אין מיטל-מיזרח.

אָבער אפֿשר די וויכטיקסטע נײַע אימפּעריע, וועגן וועלכער מע רעדט נישט גענוג, איז קאַטאַר. עס איז כּדאַי אונטערצושטרײַכן, אַז אויך די בריטישע אימפּעריע האָט אָנגעהויבן ווי אַן אינדזל, וואָס האָט געפֿירט געשעפֿטן איבער דער וועלט. אין יאָר 2012 האָט קאַטאַר אינוועסטירט אַרום 50 ביליאָן דאָלאַר אין אַזעלכע לענדער ווי פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד, דײַטשלאַנד, כינע און סינגאַפּור. זי האָט געקויפֿט באַוווּסטע קראָמען, האָטעלן, אינדוסטריעלע געשעפֿטן און אַפֿילו 10.62% פֿונעם לאָנדאָנער פֿלי-פֿעלד. קאַטאַר קויפֿט אָפּ די גאַנצע וועלט און עס איז שווער צו זען ווי מע וועט עס קענען אָפּשטעלן. קאַטאַר גייט אויפֿן זעלבן וועג וואָס דאָס אַמאָליקע ענגלאַנד.

מען קען אַוודאי טענהן, אַז קאַטאַר איז נאָך נישט דערגאַנגען אַזוי ווײַט, אָבער זי האָט דערווײַל אַ קלאָרע השפּעה אין מיטל-מיזרח. אין סיריע שיקט מען געלט און געווער פֿאַר די רעבעלן; אין עגיפּטן האָט קאַטאַר געראַטעוועט דעם פֿונט מיט 4 ביליאָן דאָלאַר פֿאַרן צענטראַלן באַנק. קאַטאַר האָט געמאַכט חוזק פֿון אַמעריקע, ישׂראל און אַבו מאַזען, בעתן דער עמיר האָט באַזוכט עזה מיט גרויסע צערעמאָניעס אָרגאַניזירט פֿון „כאַמאַס‟. קאַטאַר איז די איינציקע צווישן די אַלע אַראַבישע לענדער אינעם גאָלף וואָס שטיצט די מאַכמעדאַנישע ברידערשאַפֿט.

די מאָדע אין אַמעריקע איז צו קריטיקירן זיך אַליין, ווי אַן אימפּעריע און זאָגן, אַז מען טאָר זיך נישט אַרײַנמישן אין אַנדערע מדינות. אָבער מע טאָר נישט זײַן אַזוי נאַיִוו, מע זאָל האַלטן, אַז אַלץ וועט זײַן גוט, אויב אַמעריקע וועט נישט האָבן קיין דעה אין דער וועלט-פּאָליטיק.