חרדים און וועלטלעכע בילדונג

Haredim and Secular Education

פֿרומע יונגע-לײַט אין ירושלים לייענען אַ קול-קורא קעגן דער וועלטלעכער רעגירונג
פֿרומע יונגע-לײַט אין ירושלים לייענען אַ קול-קורא קעגן דער וועלטלעכער רעגירונג

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 10, 2013, issue of April 26, 2013.

לעצטנס האָבן זיך אין דער ייִדישער וועלט פֿאַרשאַרפֿט דיסקוסיעס און סיכסוכים וועגן דער נעגאַטיווער באַציִונג צו דער וועלטלעכער בילדונג אין די חרדישע קהילות. למשל, מיט אַ חודש צוריק, האָט „דזשערוזאַלעם פּאָסט‟ איבערגעגעבן, אַז עדינה בר-שלום, די עלטסטע טאָכטער פֿון הרבֿ עובֿדיה יוסף, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער ספֿרדישער „ש״ס‟-פּאַרטיי, האָט באַמערקט, אַז אַ סך חרדישע יונגע-לײַט שטויסן זיך אָן אויף גרויסע פּראָבלעמען, ווען זיי פּרוּוון צו באַקומען אַ העכערע בילדונג, ווײַל זיי האָבן נישט געלערנט, ווי געהעריק, ענגליש און מאַטעמאַטיק. בר-שלום האָט געגרינדעט דעם „חרדישן קאָלעדזש‟ אין ירושלים — אַ ספּעציעלע אַקאַדעמישע אינסטיטוציע פֿאַרן שטאַרק פֿרומען עולם.

דעם 4טן אַפּריל האָט די ניו-יאָרקער מאָדערן-אָרטאָדאָקסישע צײַטונג „דזשויִש פּרעס‟ פּובליקירט אַ לענגערן אַרטיקל וועגן דעם זעלבן ענין. דער מחבר האָט דערקלערט, די פֿראַגע „וואָס זאָל מען טאָן מיט חרדים?‟ איז הײַנט איינע פֿון די וויכטיקסטע אין ישׂראל. דער מחבר קריטיקירט דעם חרדישן עולם פֿאַר דעם, וואָס זיי אָנערקענען נישט די שיטות פֿון „תּורה עם דרך-ארץ‟ און „תּורה ומדע‟, לויט וועלכע דאָס תּורה-לערנען מוז קאָמבינירט ווערן מיט וועלטלעכע שטודיעס און באַקאַנטשאַפֿט מיט דער אַלגעמיינער מענטשלעכער קולטור.

אַ סך מענטשן טראַכטן, אַז דער חרדישער צוגאַנג איז אַ סימן פֿון אומזיניקער צוריקגעהאַלטנקייט. אין דער אמתן, איז ער פֿאַרבונדן מיט אַ צאָל ערנסטע היסטאָרישע, קולטורעלע און סאָציאַלע סיבות. דעם פֿאַרגאַנגענעם פּסח האָב איך געהאַט אַ לאַנגן שמועס מיט אַ פּאָר רבנים און יונגע-לײַט, וועלכע האָבן אַ שײַכות צו נטורי-קרתּא. זיי האָבן שאַרף קריטיקירט די ייִדן, וואָס לערנען וועלטלעכע חכמות מיט זייערע קינדער. ס׳איז שווער צו געפֿינען אין דער וועלט אַ מער טראַדיציאָנעלע און קאָנסערוואַטיווע חבֿרה, ווי מײַנע אָפּאָנענטן. און פֿאָרט, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע „ווייכערע‟ חרדים, פֿון וועלכע איך האָב שוין נישט איינמאָל געהערט סתּם אַזוי, אַז „מע טאָר נישט לערנען גוייִשע זאַכן‟, האָבן זיי אַרויסגעזאָגט אַ ריי גאַנץ שׂכלדיקע און אינטערעסאַנטע אַרגומענטן.

קודם-כּל, טראָגט די קעגנערשאַפֿט צו דער וועלטלעכער בילדונג אין ישׂראל אַ ספּעציפֿישן טעם, וועלכער איז נישט בנימצא אין אַמעריקע און אייראָפּע. די ישׂראלדיקע פּאָליטיקער האָבן גאַנץ קלאָר געזאָגט, אַז זיי ווילן פֿאַרהעכערן דעם בילדונג-ניוואָ צווישן די חרדים, כּדי זיי זאָלן דינען אין דער אַרמיי און בכלל פֿירן זיך ווי אַ „נאָרמאַלער‟ ישׂראלי. די טראַדיציאָנעלסטע חרדישע גרופּעס זענען אָבער געשטימט קעגן ציוניזם און וועלן גיכער זיצן אין תּפֿיסה פֿאַרן אָפּזאָג פֿונעם מיליטער-דינסט. פֿון דער אַנדער זײַט, מוזן אָרנטלעכע חרדים מיט אַזעלכע אומאָפּהענדיקע דעות נישט אָננעמען קיין שום שטיצע פֿון דער רעגירונג און נישט לעבן אויפֿן חשבון פֿון די שטײַער-צאָלער; אַנדערש, איז עס טאַקע קרום.

אַן אַנדער סיבה האָט צו טאָן מיט קולטור. אויב אַ ייִדיש-רעדנדיקער חסיד גייט זיך לערנען אין אַן אַמעריקאַנער קאָלעדזש, וועלן די אַנדערע סטודענטן אים אָננעמען פּונקט אַזוי נאָרמאַל, ווי אַ מוסולמענער פֿון באַנגלאַדעזש אָדער אַ סיקך פֿון אינדיע. אין די ישׂראלדיקע אַקאַדעמישע סבֿיבֿות איז אָבער פֿאַראַן אַ ממשותדיקער דרוק קעגן די, וואָס רעדן אויף ייִדיש און פֿירן זיך צו „גלותדיק‟. ס׳איז נישט אַ צופֿאַל, וואָס די ייִדיש-קלאַסן אין „בר-אילן‟ זענען הײַנט פֿול מיט אַראַבישע סטודענטן.

בקיצור, איז די הײַנטיקע כוואַליע פֿון צײַטונג-אַרטיקלען און דיסקוסיעס וועגן דער שוואַכער וועלטלעכער בילדונג צווישן די חרדים פֿאַרבונדן מיט ספּעציפֿישע פּאָליטישע סיבות. וואָס שייך אַמעריקע און אייראָפּע, איז די מעשׂה אַנדערש. ריזיקע גרופּעס אַמעריקאַנער חסידים רעדן אויף ייִדיש און שטרעבן ממשיך צו זײַן דעם אַלטן ייִדישן דרך פֿון מיזרח-אייראָפּע. ס׳רובֿ שטעטלדיקע ייִדן זענען זיך באַגאַנגען אָן אַ הויכער בילדונג און אין די אַמאָליקע חדרים האָט מען נישט געלערנט קיין וויסנשאַפֿטלעכע חכמות. די שטעטלדיקע געלערנטע זענען געווען, געוויינטלעך, אַליין-געבילדעטע. אויב מע וויל אָפּהיטן די אַמאָליקע שטעטלדיקע קולטור, לייגט זיך אויפֿן שׂכל נאָכצומאַכן דעם זעלבן צוגאַנג צו וועלטלעכע לימודים. דערצו, קאָן אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר זײַן אַ פּשוטער שוסטער אָדער אַ שאָפֿער. אַדרבה, ווען אַ פֿאַרמעגלעכער פּראָפֿעסיאָנאַל קוקט אַראָפּ מיט גנאַי אויף פּראָסטע אַרבעטער, איז עס אומיושרדיק און עקלדיק.

אַ ייִד מוז אויך נישט זײַן אַ פּערפֿעקטער קענער פֿון ענגליש, ווײַל זײַן אייגענע שפּראַך איז ייִדיש. שמועסנדיק מיט מײַנע באַקאַנטע, האָב איך באַמערקט אַן אינטערעסאַנטן מאָמענט. זייער ייִדישער וואָקאַבולאַר איז מערקווירדיק בעסער, ווי בײַ אַ דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער חסיד, ווײַל זיי זענען, אויף אַן אייגענעם שטייגער, פּרינציפּיעלע ייִדישיסטן. זיי מײַדן סיסטעמאַטיש אויס אַמעריקאַניזמען און שטרעבן צו באַנוצן זיך בלויז מיט היימישע ייִדישע ווערטער.

אַן אַנדער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס, ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן בעת דעם שמועס, קענען זיי אַ סך בעסער אַזעלכע געביטן, ווי געשיכטע און געאָגראַפֿיע, ווי ס׳רובֿ אַמעריקאַנער. פֿון זייער יוגנט אָן, האָבן זיי אַליין אויסגעקליבן פֿאַרשיידנאַרטיקע טעמעס, וועלכע זיי האָבן ערנסט און טיף שטודירט אויס נײַגער. צום בײַשפּיל, האָט איין חסידישער יונגערמאַן פֿון מאה-שערים דערמאָנט זייער פּרטימדיקע פֿאַקטן וועגן דער געשיכטע פֿון פּראָטעסטאַנטיזם און איסלאַם; אַ טיפּישער מאָדערן-אָרטאָדאָקסישער סטודענט פֿון ישיבֿה-אוניווערסיטעט ווייסט ווייניק וועגן אַזעלכע ענינים.

עס באַקומט זיך, אַז אַפֿילו אין די סאַמע קאָנסערוואַטיווסטע חסידישע קרײַזן שטייט די פֿראַגע נישט אַלעמאָל וועגן די וועלטלעכע שטודיעס בכלל, נאָר ווען, ווי אַזוי און צוליב וואָס איז כּדאַי זיך מיט זיי פֿאַרנעמען? נישט ווייניק וועלטלעכע מענטשן, אָפֿט דווקא אין הויך-געבילדעטע אַקאַדעמישע קרײַזן, האַלטן אויך, אַז אומפֿאָרמעלע היים-בילדונג איז בעסער ווי די אָפֿיציעלע שול-פּראָגראַמען. מע קאָן זאָגן, אַז די אומזיניקע קעגנערשאַפֿט צו אַלע „גוייִשע זאַכן‟ איז פּונקט אַזוי צווייפֿלהאַפֿטיק, ווי דער געדאַנק, אַז יעדער שול-קינד מוז, למשל, שטודירן ביאָגראַפֿיעס פֿון די אַמעריקאַנער פּרעזידענטן און אַנדערע לאוו-דווקא וויכטיקע ענינים. אַ סך הײַנטיקע פּראָפֿעסאָרן טענהן, אַז די מערבֿדיקע שול-פּראָגראַמען זענען זייער לעכערדיק און פּראָדוצירן תּלמידים, וועלכע ווייסן צומאָל נאָך ווייניקער, ווי אַ טיפּישער סאַטמאַרער חסיד פֿון וויליאַמסבורג.

היסטאָריש גערעדט, געפֿינען מיר היפּוכדיקע דעות וועגן די וועלטלעכע שטודיעס אין די רבנישע קוואַלן. דער „שולחן-ערוך‟ פֿאַרווערט צו לייענען פֿאַרווײַלערישע ביכער און אַזעלכע עראָטישע ווערק, ווי די לידער פֿון עמנואל הרומי, וווּ עס טרעפֿן זיך פּאָרנאָגראַפֿישע רמזים. צוליב דעם, האָט דער דאָזיקער איטאַליענישער פּאָעט באַקומען אַ סתּירותדיקע רעפּוטאַציע. הרבֿ יחיאל האַלפּערן, אַ באַקאַנטער מינסקער רבֿ, גיט אָבער אַן עצה דווקא צו לייענען דאָס „בֿאָווע-בוך‟ ווי אַ מוסר־ספֿר — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אליהו בֿחור, זײַענדיק אויך אַן איטאַליענישער רענעסאַנס-מענטש, דערמאָנט בפֿירוש עראָטישע מאָטיוון אין זײַן ראָמאַן.

אַ סך מקובלים האָבן זיך באַצויגן מיט אַ טיפֿן חשד צו פֿילאָסאָפֿיע, אָבער ווײַט נישט אַלע. הרבֿ ברוך הלוי עפּשטיין דערמאָנט אין זײַן „תּורה תּמימה‟, אַז משה באָטריל, אַ באַרימטער שפּאַנישער מקובל פֿונעם 15טן יאָרהונדערט און אויך רענעסאַנט-דענקער, באַציט זיך מיט גרויס כּבֿוד צו אַריסטאָטעל און שרײַבט, אַז מע מוז דווקא שטודירן פֿילאָסאָפֿיע, כּדי צו פֿאַרשטיין קבלה. באָטריל האָט אָנגעשריבן זײַן פּירוש אויף „ספֿר-יצירה‟, וווּ ער דערמאָנט די גריכישע חכמות אויף יעדן שריט און טריט, לטובֿת זײַן קריסטלעכן תּלמיד מיטן נאָמען מאַעסטראָ יאָאַן.

אין „טובֿ הלבֿנון‟ — אַ באַקאַנטער קאָמענטאַר צום קלאַסישן ספֿר „חובֿות הלבֿבֿות‟, וועלכן מע קאָן טרעפֿן כּמעט אין אַלע הײַנטיקע חסידישע שילן — שטייט געשריבן, אַז אַ מענטש, וואָס לערנט בלויז תּורה אָן וועלטלעכע חכמות, קאָן פֿאַרגליכן ווערן מיט אַן אַפּיקורס, ווײַל זײַן תּורה זעט אויס ווי אַ חוזק. דער מחבר, הרבֿ ישׂראל זאַמאָשטשער, איז געווען דער רבי פֿון משה מענדעלסאָן און אַ פֿאָרלויפֿער פֿון השׂכּלה.

אין דײַטשלאַנד און איטאַליע, האָבן בכּבֿודיקע רבנים זיך פֿאַרנומען מיט אַלע חכמות און צומאָל אַליין געשריבן ראָמאַנען. די וועלטלעכע בילדונג פֿלעגן זיי אָבער באַקומען, בדרך-כּלל, אויף אַן אומפֿאָרמעלן אופֿן.

בקיצור, די בילדונג-פֿראַגע בײַ ייִדן און בכלל אין דער הײַנטיקער וועלט איז אַ סך טיפֿער און ברייטער, ווי די פּראָבלעמען אין דער חרדישער וועלט — הגם זיי זענען, אַוודאי, זייער וויכטיק. אַזעלכע מאָדערנע מענטשן, וואָס באַקומען אַ דאָקטאָראַט בלויז כּדי זיך אַרויפֿקלעטערן אויפֿן סאָציאַלן „לייטער‟, זענען אויך נישט קיין מוסטערן זיי נאָכצומאַכן. קיין סך רענעסאַנס-מענטשן זענען הײַנט אין וועלכע-ניט-איז קרײַזן, צום באַדויערן, נישט פֿאַראַנען.