דאָס קראַנקסטע פֿאָלק אין דער וועלט?

The Sickest Nation in the World?


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published April 12, 2013, issue of May 10, 2013.

ווען אַ מאַרסיאַנער פֿאַרבלאָנדזשעט אַמאָל אויף אונדזער פּלאַנעט, און כאַפּט זיך אַרײַן קיין אַמעריקע, און גיט אַ בליק וואָס ס’טוט זיך אויף אונדזערע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, און איך רעד דאָ נישט נאָר וועגן די גלאָמבאָוואַטע פּראָגראַמען גופֿא, איך רעד דאָ וועגן די קראַנקייטן, אויף וועלכע די אַמעריקאַנער לײַדן און די מעדיקאַמענטן וואָס מ’לייגט זיי פֿאָר צו פּראָפּאָנירן זייער דאָקטער צו פֿאַרשרײַבן פֿאַר זיי אויסגעהיילט צו ווערן, וואָלט ער זיכער געקומען צו דער מסקנה אַז דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק איז נישט נאָר אָנגעשטעקט מיט אַן ערנסטן מוח־אויסגוס וואָס לעשט אויס די עלעקטרישע בלוט־צווײַגעלעך, וואָס שטעלן צו זויערשטאָף צו די נאָרמאַלע צעלעכלעך; נאָר אַרויסגעשיקט אַ דרינגענדיקע טעלעגראַמע: העלפֿט!

כ’בין נאָך נישט פֿאַרטיק. דער עיקר, זײַנען מיר אָנגעגריפֿן מיט די ערגסטע אָרגאַנישע, פֿיזישע, גײַסטיקע, כוואָראָבעס, וואָס קען אָנגרײַפֿן אַ גאַנץ פֿאָלק. אויפֿן סדר־היום געפֿינען זיך אַזעלכע סימפּטאָמען ווי: גריזאָטע, ברעכענישן, גרימענישן, דריקענישן, נאָגענישן, קלעמענישן, און סתּם פֿאַרשלעפּטע קרענק.

בלויז די ספּעציפֿישע מעדיקאַמענטן וואָס מ’לייגט אונדז פֿאָר אויף די אַלע קאַנאַלן אין טעלעוויזיע קענען אונדז העלפֿן. איז אַזוי: איך האָב פֿאַרשריבן בלויז אַ טשוטקעלע פֿון די רפֿואות, ווײַל דאָס טינט איז מיר אויסגערונען פֿון אַזוי פֿיל רפֿואות.

איז אויב איר לײַדט אויף מענערישע קרענק, מוזט איר תּיכּף־ומיד זיך ווענדן צו אײַער דאָקטער ער זאָל פֿאַרשרײַבן וויאַגראַ אָדער סיאַליס; און איר און אײַער געליבטע מוזט פֿאָרן אויף די קאַראַבעיִשע אינדזלען, וווּ איר וועט זיך גליטשן אין צוויי וואַנעס לעבן דעם ים ברעג, און געדענקען זאָלט איר, אַז צוואַנציק מיליאָן מענער זײַנען שוין באָגליקט געוואָרן מיט די גלענצנדיקע רעזולטאַטן צוליב די פֿאַנטאַסטישע מעדיקאַמענט.

נאַר געדענקען זאָלט איר איין זאַך, עס זײַנען פֿאַראַן זײַטיקע עפֿעקטן. ווי נאָר איר דערשפּירט אַז עס פֿעלט אײַך אויס לופֿט צום דעכען, כאַפּט זיך אָן אין אײַער טעלעפֿאָן־טרײַבל און רופֿט די ערשטע הילף. אויב איר דערשפּירט חלשות, זעט נישט אומצופֿאַלן אויפֿן טעלעוויזאָר, איר קענט נאָך צעברעכן דאָס דום־קעסטל, און אָן דעם וועט איר זײַן פֿאַרפֿאַלן. איינס פֿון די סימפּטאָמען איז בלינדקייט, מיר רעקאָמענדירן אַ זע־הונט. אויב איר באַקומט אַ נירן־אַטאַקע, אַ לונגען־פֿעלער, און פּלוצימדיקן טויט־אָנפֿאַל, קלינגט מאָמענטאַל אײַער דאָקטער, ער זאָל אײַך ראַטעווען.

אויב איר לײַדט אויף אַסטמע און האָט שוועריקייטן בײַם אָטעמען, יעדעס מאָל וואָס איר ציט דעם אָטעם, זעט איר אַ העלפֿאַנט, מאַכט זיך באַקוועם אויף אײַער בוזעם, איז פֿאַראַן אַן אויסוועג. אַלץ וואָס איר דאַרפֿט טאָן, איז בעטן בײַ אײַער דאָקטער, ער זאָל אײַך פֿאַרשרײַבן ספּיריוואַ. דאָס איז אַ צאַצקע פֿון אַ מעדיקאַמענט, ממש אויסצוקושן.

דער העלפֿאַנט וועט אַראָפּ פֿון אײַך און וועט ווי אַ בובעלע אײַך דינען. איר קענט דעם העלפֿאַנט רופֿן שימקעלע־ספּיריווקעלע, וועט ער אײַך ברענגען קאַווע אין בעט אַרײַן, ער קען אײַך ראַזירן, ווײַל ער איז אַן אויסגעשולטער פֿריזירער. ער קען וואַשן וועש, ס’געפֿעס און נישט צעברעכן קיין איין טעלער, אַזאַ ספּיריווקעלע איז דאָס.

די זײַטיקע ווירקונגען פֿון דעם מעדיקאַמענט זײַנען פֿאָלגנדיקע: די צונג קען בײַ אײַך אַרויס פֿון מויל צוזאַמען מיט אַלע ציין. איר קענט אויך פֿאַרלירן דאָס גלײַכגעוויכט, און באַקומען דערפֿון עמפֿעזימע, אײַערע נירן וועלן טאַנצן „קאָמאַרינסקע‟ און נישט אויסליידיקן די בלאָז אַ גאַנצע וואָך צײַט. אַ חוץ די אַלע זיבן זאַכן, קענט איר זיך דאָראָבען צו אַ לונגען־פֿעלער און אַ פֿריצײַטיקן טויט. אויב דאָס איז די מעשׂה, זאַלט איר איינס־צוויי קלינגען דער פאָליציי, די פֿײַער־לעשער און אײַער באָבען, זי זאָל אײַך קומען ראַטעווען.

„אַלעגראַ” און „עמריל” זײַנען צוויי מעדיקאַמענט, צוגעשיקט פֿון הימל. זיי העלפֿן אײַך שטיין אויף די פֿיס, אָטעמען דורך ביידע נאָז־לעכער, צופֿירן אײַך צום ראָג־גאַס און אַריבערפֿירן דעם וועג, ווען דאָס ליכט בײַט זיך. די אַלערגיעס פֿאַרשוווּנדן און איר וועט קענען עטעמען פֿראַנק און פֿרײַ, מיט איין באַדינג.

די זײַטיקע צוטשעפּענישן קענען אײַך דערפֿירן צו משוגעת, אַ גט מיטן ווײַב, נעמען בויען אַ תּבֿה, ווײַל דער מבול איז בײַ דער טיר. איר וועט נישט דערקענען קיין מענטשן, און אַרײַנפֿאַלן אין אַ פּאַסקודנע קרענק וואָס מען רופֿט אָלסהײַמערס און דימענסיע, ביידע קרעק קומען פֿון די הרי־חושך אויף דער צווייטער זײַט סמבטיון, וואָס דער טײַך דאָרט הערט אויף שיסן מיט פֿײַער־פֿלאָקן, בלויז איין מאָל אַ וואָך — שבת. ערשט דעמאָלט וועט איר קענען אַריבערשפּרײַזן ־ ס’איז דאָך אָבער שבת, איז אָסור אַדורכצוגיין, אַדורכצושווימען און אַדורכצושפּרײַזן, לויטן שולחן־ערוך פֿון הרבֿ אבֿרהם הודו פֿון ירושלים־של־מטה.

אויב איר האָט ווי אַ קליין קינד געליטן פֿון מאָזלען, קענט איר אויך זוכה זײַן צו אַ קרענק וואָס רופֿט זיך „שינגלס.‟ דעמאָלט בין איך אײַך נישט מקנה. איז אויב איר נעמט דערצו אַ רפֿואה וואָס רופֿט זיך אַליגראָ, זײַט איר אַ פֿאַרפֿאַלענער, ווײַל נאָכן ערשטן טאַבלעט פֿאַרלירט איר ס’באַוווּסטזײַן און ווייסט נישט, וווּ די טיר געפֿינט זיך. גלייבט מיר איך ווייס, איך האָב געליטן פֿון די שינגלס און געהאַלטן בײַם פֿאַרלאָזן מײַן מאַן, צוריקשיקן די קינדער פֿון וואַנען זיי זײַנען געקומען און אונטערצינדן דאָס הויז.

דער מאַרסיאַנער האָט באַשלאָסן, אַז מיר זײַנען דאָס קראַנקסטע פֿאָלק אין דער וועלט און, אַז ס’איז פֿאַרפֿאַלן זײַן טירחה אונדז צו ראַטעווען פֿון זיך.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.