„אָפֿענע הײַזער‟ פֿון אומגעקומענע ייִדן

"Open Houses" of Murdered Jews

די שיל אינעם האָלענדישן שטעטל וועגעל, וווּ די אָרטיקע קליינע ייִדישע קהילה אין אומגעבראַכט געוואָרן בעת דעם חורבן
די שיל אינעם האָלענדישן שטעטל וועגעל, וווּ די אָרטיקע קליינע ייִדישע קהילה אין אומגעבראַכט געוואָרן בעת דעם חורבן

פֿון ייִט״אַ

Published April 12, 2013, issue of May 10, 2013.

האַאַג, האָלאַנד. — צענדליקער הײַזער, וווּ עס האָבן אַמאָל געוווינט די ייִדישע קרבנות פֿונעם חורבן, וועלן זיך עפֿענען באַזוכט צו ווערן אין האָלאַנד דעם 4טן מײַ, אין שײַכות מיטן נאַציאָנאַלן האָלענדיש אָנדענק-טאָג פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה.

די איניציאַטיוו פֿון אַזעלכע „אָפֿענע הײַזער‟ האָט זיך אָנגעהויבן אין אַמסטערדאַם מיט אַ יאָר צוריק, ווען אַלע פֿאַראינטערעסירטע מענטשן האָבן געקאָנט באַזוכן 20 געוועזענע ייִדישע אַדרעסן אין דער שטאָט. די אונטערנעמונג איז געווען באַגלייט מיט לעקציעס און באַגעגענישן מיט די עלטערע ייִדן פֿון דער שארית-הפּליטה. הײַיאָר, ווי די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן דערקלערט אויף זייער וועבזײַט, וועט זיך די הײַנטיקע איניציאַטיוו פֿאַרשפּרייטן אויך אין האַאַג, באָרנע, עלבורג, גראָנינגען און טילבורג.

לויט דעם „האָלענדישן ייִדישן היסטאָרישן מוזיי‟, וועלכער האָט געהאָלפֿן צו אָרגאַניזירן די אונטערנעמונג צוזאַמען מיט די אײַנוווינער פֿון די הײַזער, איז בערך 75 פּראָצענט פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין האָלאַנד אומגעבראַכט געוואָרן בעת דעם חורבן. צוויי האָלענדישע שטעט האָבן הײַיאָר אַנטדעקט מעמאָריאַלע מאָנומענטן, אין אָנדענק פֿון די ייִדישער חורבן-קרבנות.

אין ראָטערדאַם, האָט דער מעיאָר, אַכמעד אַבוטאַלעב, געעפֿנט דעם 9טן אַפּריל האַלב-רונדע בראָנדזענע סטאַטוע, אויף וועלכער עס זענען אויסגעקריצט די נעמען פֿון 686 ייִדישע קינדער, וועלכע זענען דעפּאָרטירט געוואָרן פֿון דער דאָזיקער שטאָט פֿון יולי 1942 ביז דעם 10טן אַפּריל 1943.

דעם זעלבן טאָג, האָט זיך אינעם שטאָטס-זאַל פֿון נאַאַרדען, אַ שטעטל נישט ווײַט פֿון אַמסטערדאַם, געעפֿנט אַן אויסשטעלונג וועגן די ליידן פֿון ייִדישע קינדער בעתן חורבן.

אין קאַסטריקום, אַ קליין שטעטעלע בײַם ים-ברעג, אויך נישט ווײַט פֿון דער הויפּטשטאָט, פּלאַנירט דער מעיאָר, טאָאָן מאַנס, צו עפֿענען די קומענדיקע וואָך אַן אַנדער חורבן-דענקמאָל. דער מאָנומענט זעט אויס ווי אַ גרויסער שטיין און איז געשאַפֿן געוואָרן לזכּרון 31 דערמאָרדעטע ייִדן, וועלכע האָבן אַמאָל דאָרטן געוווינט.

אין מאַרץ, האָט דער „האָלענדישער אײַזנבאַן-מוזיי‟ געעפֿנט אַ שטענדיקע אויסשטעלונג וועגן דער דעפּאָרטאַציע פֿון ייִדן. פֿון דעם אָרט, וווּ עס געפֿינט זיך הײַנט דער מוזיי — אויף דער אַלטער באַן-סטאַנציע אין אוטרעכט — האָבן די נאַציס פֿאַרשיקט אין די לאַגערן בערך 12,000 ייִדן.