באָסטאָן: צוויי אויפֿרײַסן בעתן מאַראַטאָן

Boston Marathon: Two Explosions

אַ פֿאַרוווּנדיקטער מאַן נאָכן אויפֿרײַס אין באָסטאָן
Getty Images
אַ פֿאַרוווּנדיקטער מאַן נאָכן אויפֿרײַס אין באָסטאָן

Published April 15, 2013, issue of May 10, 2013.

צוויי אויפֿרײַסן בײַם סוף פֿונעם באָסטאָנער מאַראַטאָן האָבן אומגעבראַכט צוויי און פֿאַרוווּנדיקט 23 מענטשן. עטלעכע מינוט פֿאַר דרײַ אַ זייגער בײַ טאָג, דרײַ שעה נאָך דעם ווי די לויפֿער האָבן אָנגעהויבן צו פֿאַרענדיקן דאָס געיעג, האָט מען דערהערט אַ גרויסן אויפֿרײַס לעבן בוילסטאָן־עוועניו. עטלעכע סעקונדעס שפּעטער האָט זיך דערהערט נאָך אַן אויפֿרײַס.

אַלע מאָביל־טעלעפֿאָנען אין באָסטאָן האָט מען תּיכּף אָפּגעשטעלט נאָך די אויפֿרײַסן, כּדי מע זאָל נישט קענען אויפֿרײַסן באָמבעס, ניצנדיק טעלעקאָנטראָל. די פּראָפֿעסיאָנעלע באָסטאָנער האָקי־שפּיל, וואָס האָט געדאַרפֿט דורכגעפֿירט ווערן אין אָוונט, האָט מען אָפּגערופֿן. צווישן די פֿאַרוווּנדיקטע איז געווען אַ פּאָליציאַנט. פֿאַרבלוטיקטע מענטשן האָט מען צוגעטראָגן צום געצעלט אויפֿגעשטעלט פֿאַר די לויפֿער, וווּ די מעדיקער האָבן געוואַרט.

עס זעט אויס, אַז די אויפֿרײַסן האָט מען בכּיוון צוגעגרייט צו דער שעה, אָבער דערווײַל זאָגט די פּאָליציי נישט אויס קיין שום געדאַנקען — ווער און וואָס.