אַנקעטע: 44% וואַרשעווער יוגנט וויל ניט קיין ייִדישן שכן

Survey: 44% Warsaw teens don’t want Jewish neighbors

אַ גרופּע פּוילישע יונגע לײַט
Wikimedia Commons
אַ גרופּע פּוילישע יונגע לײַט

פֿון ייִט״אַ

Published April 17, 2013, issue of May 10, 2013.

אין אַן אַנקעטע וועגן דער שטעלונג פֿון די וואַרשעווער יונגע לײַט צו די ייִדן, האָבן מער ווי 44% דערקלערט, אַז זיי וואָלטן נישט געוואָלט האָבן קיין ייִדישע שכנים.

די שטודיע האָט אַרײַנגענומען 1,250 תּלמידים אין 20 מיטלשולן אין דער פּוילישער קרוינשטאָט. די רעזולטאַטן פֿון דער אַנקעטע זענען דינסטיק פּובליקירט געוואָרן אין דער פּוילישער מעדיאַ.

די אַנקעטע, וואָס איז באַשטעלט געוואָרן דורך דער ייִדישער קהילה אין וואַרשע, האָט אויך אָנגעוויזן, אַז מער ווי 60% פֿון די 17־ און 18־יאָריקע באַטייליקטע ווילן נישט אַרויסגיין אויף אַ ראַנדקע מיט אַ ייִדישן בחור אָדער מיידל.

54.6% פֿון די יונגע לײַט האָבן געזאָגט, אַז די פּאָלאַקן האָבן גענוג געהאָלפֿן די ייִדן בעת דעם חורבן, האָט איבערגעגעבן די פֿראַנצויזישע נײַעס־אַגענטור AFP. ווייניקער ווי 5% האָבן געזאָגט, אַז די פּאָלאַקן האָבן נישט גענוג געהאָלפֿן די ייִדן, און 11.2% — אַז די פּאָלאַקן האָבן צו פֿיל געהאָלפֿן די ייִדן.

יאָאַנאַ קאָרזשעניעווסקאַ, אַ וואָרטזאָגערין פֿון דער ייִדישער קהילה אין וואַרשע, האָט באַטאָנט פֿאַר דער טאָג־צײַטונג, „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟, אַז די רעזולטאַטן וועלן צו־ניץ קומען בײַם צונויפֿשטעלן פּאַסיקע דערציִונג־פּראָגראַמען, „וואָס זענען איצט, אַ פּנים, מער נייטיק ווי מיר האָבן געמיינט.‟

פּיאָטר קאַדלציק, דער פּרעזידענט פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדישע קהילות אין פּוילן‟, האָט דערקלערט אויף דער נײַעסזײַט „אינטעריאַ‟, אַז „ס׳איז אַ חידוש וואָס דער אַנטיסעמיטיזם עקזיסטירט ווײַטער אין פּוילן, ווען עס זענען כּמעט נישטאָ קיין ייִדן אין פּוילן‟.

לויטן הויפּט־רבֿ פֿון פּוילן, מײַקל שודריך, וווינען הײַנט בערך 40,000 ייִדן אין פּוילן. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג געווען 3.5 מיליאָן נפֿשות.