ייִדישער קונסט־מאַגנאַט באַשולדיקט

Jewish Art Dealer Indicted

העלי (הילל) נאַכמאַד (רעכטס) און „עף־בי־אײַ‟־אַגענטן נעמען צו די קאָמפּיוטערס פֿון דער „העלי נאַכמאַד גאַלעריע‟ אינעם „קאַרלײַל־האָטעל
העלי (הילל) נאַכמאַד (רעכטס) און „עף־בי־אײַ‟־אַגענטן נעמען צו די קאָמפּיוטערס פֿון דער „העלי נאַכמאַד גאַלעריע‟ אינעם „קאַרלײַל־האָטעל

Published April 17, 2013, issue of May 10, 2013.

די אַמעריקאַנער פֿעדעראַלע אינסטאַנצן האָבן דינסטיק געמאַכט אַן אָבלאַווע אויף אַן אָנגעזעענער ניו־יאָרקער קונסט־גאַלעריע, זוכנדיק דאָרט באַווײַזן פֿון אַ ריזיקן אַזאַרט־רינג, פֿאַרבונדן מיט דער רוסישער מאַפֿיאַ. די גאַלעריע, וואָס געפֿינט זיך אינעם לוקסוסדיקן „קאַרלײַל־האָטעל‟ אין מאַנהעטן, געהערט צו העלי (הילל) נאַכמאַד, אַ ייִדישער קונסט־הענדלער און דער זון פֿון אַ ביליאָנער.

נאַכמאַד און אַלימזשאַן טאָכטאַכינאָוו, אַ באַקאַנטע פֿיגור אין די רוסישע קרימינעלע קרײַזן, זענען צוויי פֿון די 34 מענטשן, וועלכע ווערן באַשולדיקט אין אָנפֿירן מיט די אַזאַרט־רינגען אין ניו־יאָרק און לאָס־אַנדזשעלעס, וואָס האָבן אַרײַנגעצויגן ביליאָנערן, באַנק־עקזעקוטיוון, האָליוווּד־שטערן און פּראָפֿעסיאָנעלע אַטלעטן.

לויטן באַשולדיקונג־דאָקומענט פֿון 83 זײַטן, האָט טאָכטאַכינאָוו אויך אָנגעפֿירט מיט אַ ספּאָרט־געוועט רינג פֿאַר די רוסישע אָליגאַרכן אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ ער האָט ריינגעוואַשן די פּראָפֿיטן דורך עטלעכע בענק אין ציפּערן, און דערנאָך צוריקגעשמוגלט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

אין 2002 איז טאָכטאַכינאָוו באַשולדיקט געוואָרן פֿון די פֿעדעראַלע אינסטאַנצן אין ניו־יאָרק אין אַן אינטריגע צו מאַניפּולירן מיט דער ווינטערדיקער אָלימפּיאַדע אין סאָלט לייק סיטי, יוטאַ. טאָכטאַכינאָוו איז אַרעסטירט געוואָרן אין איטאַליע, אָבער דאָס איטאַליענישע העכסטע געריכט האָט אין 2003 געפּסקנט קעגן דעם אַרויסליווערן אים אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און האָט אים באַפֿרײַט.

נאַכמאַד ווערט באַשולדיקט נישט בלויז אין העלפֿן פֿינאַנצירן דעם מולטי־מיליאָן־דאָלאַרדיקן אַזאַרט־רינג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָבער אויך אין אָפּשווינדלען אַן אַנאָנימען מענטש דורך פֿאַרקויפֿן אים אַ מאָלערײַ פֿון $300,000, ווען עס האָט געהאַט אַ ווערט פֿון בלויז $50,000, לויט דעם באַשולדיקונג־דאָקומענט.

נאַכמאַד האָט אויך איבערגעפֿירט $500,000, און שפּעטער — $850,000 — פֿון זײַן טאַטנס באַנקקאָנטע אין דער שווייץ צו אַ באַנקקאָנטע אין אַמעריקע, כּדי צו העלפֿן פֿינאַנצירן די אַזאַרט־אָפּעראַציע.

דאָס פֿאַרמעגן פֿון דער משפּחה נאַכמאַד שטאַמט פֿון אַן עלטער־זיידן אין אַלעפּאָ, סיריע, וועלכער האָט אויך געהייסן הילל, און איז געווען אַ הצלחהדיקער באַנקיר אין די 1940ער יאָרן. ער האָט געהאַט דרײַ זין — דוד, עזרא און דזשיוסעפּע. דזשיוסעפּע איז געשטאָרבן פֿאַראַיאָרן אין לאָנדאָן.

דוד נאַכמאַד, דער טאַטע פֿון העלי, דער אייגנטימער פֿון דער קונסט־גאַלעריע, האָט געוווּנען די וועלט־טשאַמפּיאָנשאַפֿט פֿונעם ברעטשפּיל, „באַקגאַמאָן‟.

במשך פֿון די יאָרן האָט די משפּחה אָפּגעקויפֿט בערך 300 בילדער פֿון פּיקאָסאָ, בסך־הכּל ווערט 900 מיליאָן דאָלאַר, און בערך 4,500 אַנדערע ווערק פֿון באַרימטע קינסטלער, אַרײַנגערעכנט מאָנע און מיראָ. לויט „פֿאָרבס‟, האָט דאָס פֿאַרמעגן אַ ווערט פֿון 3 ביליאָן דאָלאַר.

דער באַשולדיקונג־דאָקומענט האָט אויך דערמאָנט די ראָלע פֿון אַ פֿרוי, מאַלי בלום, וואָס האָט, לויט אַ צאָל מעדיאַ־באַריכטן אין 2011, געהאָלפֿן אַראַנזשירן געהיימע אַזאַרטשפּילן פֿאַר באַרימטע האָליוווּד־שטערן, ווי לעאָנאַרדאָ דיקאַפּריאָ, מאַט דיימאָן און בען אַפֿלעק.