איז אַ חסידישער שפּילפּלאַץ אַ פּראָבלעם?

Is a Hasidic Playground a Problem?

טאַטעס און זין שפּילן צוזאַמען
Courtesy of Behadrey Haredim
טאַטעס און זין שפּילן צוזאַמען

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published April 18, 2013, issue of May 10, 2013.

נאָך דעם ווי אין „Forward‟ האָט מען געדרוקט אַ קורצן אַנאָנס וועגן אַ נײַעם שפּילפּלאַץ אינעם סאַטמאַרער דאָרף, קרית־יואל, האָבן מיר אין „פֿאָרווערטס‟ געטראַכט צו פֿאָרן אַהין און מאַכן אַ ווידעאָ. דער שפּילפּלאַץ האָט מען באַצייכנט ווי „דער ערשטער מינים־סעגרעגירטער שפּילפּלאַץ‟, און איז אײַנגעטיילט אין פֿיר חלקים: איינער פֿאַר טאַטעס מיט זייערע זין, איינער פֿאַר מאַמעס מיט זייערע טעכטער, איינער פֿאַר ייִנגלעך (אַלץ געפֿאַרבט אין בלאָ), און איינער פֿאַר מיידלעך (אַלץ געפֿאַרבט אין רויט). דער פּאַרק פֿאַרנעמט 283 אַקער און מע האָט אים אויפֿגעבויט אויף דער פּעריפֿעריע פֿון קרית־יואל.

די „רעגולאַציעס און אָנווײַזונגען‟ בײַם אַרײַנגאַנג פֿון שפּילפּלאַץ
Courtesy of Behadrey Haredim
די „רעגולאַציעס און אָנווײַזונגען‟ בײַם אַרײַנגאַנג פֿון שפּילפּלאַץ

האָב איך אַרויסגעשטעלט אַ מודעה אויף מײַן „פֿייסבוק‟־זײַט, אַז איך וויל פֿאָרן אַהין אין שײַכות מיט דעם שפּילפּלאַץ, און כ‘וואָלט געוואָלט, אַז אַ חסיד זאָל מיטפֿאָרן, איך זאָל זיך נישט פֿילן אין גאַנצן פֿרעמד. מע האָט זיך אָפּגערופֿן אויף מײַן קשיא, אָבער נישט אויף אַזאַ אופֿן ווי איך האָב זיך געריכט…

איין פֿרוי פֿון ירושלים האָט געשאָטן פּעך און שוועבל אויף דעם באַריכט אין „Forward‟ און אויפֿן מקור פֿון דעם באַריכט, די וועבזײַט־ YourJewishNews. פֿון איר קוקווינקל האָט מען באַשריבן די נײַעס מיט ביטול צו דער חסידישער וועלט, כאָטש, לפֿי-דעתּי, האָט מען אָביעקטיוו און נייטראַל פֿאָרגעשטעלט די פֿאַקטן. קיין סקאַנדאַל האָט מען בדעה נישט געהאַט מפֿרסם צו זײַן.

דער פֿרויס רעאַקציעס האָט, אָבער, אָפּגעשפּיגלט אַ וואַקסנדיקע סענסיטיווקייט אין די באַציִונגען צווישן די חסידים און וועלטלעכע ייִדן, וואָס האָט אין אַמעריקע קיין מאָל נישט דערגרייכט דעם שטאַרק קריגערישן ניוואָ, וואָס מע זעט און פֿילט שוין יאָרן אין מדינת־ישׂראל.

דאָס דאָרף קרית־יואל (דער נאָמען איז לזכר דעם געוועזענעם סאַטמאַרער רבי, יואל טײַטלבוים ז״ל) געפֿינט זיך אינעם שטאַט ניו־יאָרק און האָט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 20,000 חסידים. כאָטש, רעלאַטיוו גערעדט, איז די צאָל אײַנוווינער אַ קליינע, האָט „קרית־יואל‟ אַלע מאָל געשטימט ווי איין קול. ווען דער אַלטער רבי האָט געלעבט, האָבן די פּאָליטיקער געמוזט אַרויסווײַזן אַ ביסל דרך־ארץ פֿאַרן פּאָליטישן כּוח פֿונעם דאָרף. הײַנט, אַז די סאַטמאַרער חסידים האָבן זיך צעטיילט לויט דער געטרײַשאַפֿט צו די צוויי זין פֿונעם רבין, אַהרן און זלמן טײַטלבוים, זענען די שטימען מער צעטיילט ווי אַמאָל, און די פּאָליטישע דעה איז שוין אָפּגעשוואַכט געוואָרן. מע קען מער נישט זאָגן מיט זיכערקייט, צי דער קאַנדידאַט פֿון דער דעמאָקראַטישער צי רעפּובליקאַנער פּאַרטיי וועט באַקומען מער שטימען אין קרית־יואל.

בײַם בלאָען אַרײַנגאַנג פֿון „אינגל הויף‟
Courtesy of Behadrey Haredim
בײַם בלאָען אַרײַנגאַנג פֿון „אינגל הויף‟

דער ענין אַרום דעם שפּילפּלאַץ הייבט אַרויס צוויי אַספּעקטן פֿונעם חסידישן לעבן אין אַמעריקע וואָס מאַכט אומבאַקוועם ס‘רובֿ אַנדערע ייִדן אין לאַנד. ראשית־כּל, דאָס אָפּזונדערן ייִנגלעך פֿון מיידלעך. צי האָט מען אַזוי אָפּגעזונדערט די מינים אין דער וועלט פֿון אונדזערע באָבעס און זיידעס אין מיזרח־אייראָפּע? אויף די פּריוואַטע חסידישע אויטאָבוסן אין לאַנד, זיצן מענער און פֿרויען באַזונדער, אָבער אין דער אַלטער היים, אויף אַ פֿערד־און־וואָגן, האָב איך נאָך נישט געלייענט מע זאָל אַזוי צעטיילן מענער פֿון פֿרויען.

דער צווייטער פּונקט פֿון דער מעשׂה וואָס שאַפֿט אומבאַקוועמקייט דרייט זיך אַרום די פֿאָנדן צו בויען דעם שפּילפּלאַץ. אַן אַרטיקל וועגן שפּילפּלאַץ אין דער לאָקאַלער צײַטונג — Times Herald-Record— מאַכט קלאָר, אַז דער שטאַט ניו־יאָרק האָט געגעבן קרית־יואל אַ סובסידיע פֿון $195,000 אין 2001 צו בויען אַ פּאַרק, אָבער קרית־יואל האָט, צום סוף, אומגעקערט דאָס געלט. דאָס הייסט, אַז דער נײַער שפּילפּלאַץ איז אַ פּריוואַטער, און די באַאַמטע פֿון קרית־יואל מעגן אַרײַנלאָזן וועמען מען וויל. און קרית־יואל זאָגט אָפֿן, אַז דער פּאַרק איז בלויז פֿאַר די אָרטיקע חסידים.

אינעם זעלבן אַרטיקל, שרײַבט מען, אַז איידער מע האָט געעפֿנט דעם פּאַרק, פֿלעגן די קינדער פֿון קרית־יואל זיך שפּילן אין אַ דערבײַיִקן פּאַרק אין מאָנראָ, ניו־יאָרק, אָבער די באַאַמטע פֿון מאָנראָ האָבן אָנגעהויבן „באַגרענעצן צוטריט צו דעם פּאַרק אין 2004 און געלאָזט אַרײַן בלויז אײַנוווינער פֿון מאָנראָ, ווײַל זייערע שטײַערן האָבן באַצאָלט פֿאַר דעם‟. אויב אַזוי, ווער דיסקרימינירט קעגן וועמען? אַ „פֿאָרווערטס‟־מיטאַרבעטער האָט מיר דערציילט, אַז אין זײַן זיידנס געגנט אין רמת־גן אין ישׂראל, וואָס גרענעצט זיך מיט בני־ברק, האָט מען אויפֿגעבויט אַ גאָרטן מיט אַ פּלויט אַרום דעם, אָבער נאָר איין אַרײַנגאַנג האָט מען אַרײַנגענומען אינעם פּלאַן — אַן אַרײַנגאַנג מיטן פּנים צו רמת־גן, נישט צו בני־ברק, מיט דער האָפֿענונג, אַז די גרויסע חסידישע משפּחות פֿון בני־ברק זאָלן נישט איבערנעמען דעם שטילן גאָרטן. זייער פּלאַן איז דורכגעפֿאַלן….

אין „פֿאָרווערטס‟ שרײַבט מען אָפֿט וועגן דעם וואַקסנדיקן אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור מצד די חסידים, אָבער לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז פֿון דער צווייטער זײַט אין געוויסע אַספּעקטן, דערווײַטערן זיך די צוויי צדדים וואָס ווײַטער, און דער ענין שפּילפּלאַץ ברענגט אַרויס צו דער אייבערפֿלאַך אַזוינע פּראָבלעמען.