די נײַע קוואָטע

The New Quota

סטודענטן פֿון באַרנאַרד־קאַלעדזש אין ניו־יאָרק נעמען אָנטייל אין אַ “קאַריערע־יריד”
Getty Images
סטודענטן פֿון באַרנאַרד־קאַלעדזש אין ניו־יאָרק נעמען אָנטייל אין אַ “קאַריערע־יריד”

פֿון לייזער בורקאָ

Published April 19, 2013, issue of May 10, 2013.

עס זײַנען נאָך דאָ אַ סך ייִדן וואָס געדענקען די אַמאָליקע קוואָטעס, וואָס האָבן באַגרענעצט די צאָל ייִדן אין די בעסטע אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן און פּראָפֿעסיאָנעלע שולן. אָנהייב 20סטן י”ה, מיט דער גרויסער אימיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, איז אויך געקומען אַ ריזיקע צאָל אַפּליקאַציעס פֿון זייערע קינדער אין די אוניווערסיטן. ייִדישע יונגע־לײַט פֿלעגן זיך לערנען מיט אַ זעלטענעם ברען, מיט דער האָפֿענונג, אַז דורך דעם וועלן זיי קענען זיך אַרויפֿאַרבעטן און אַנטלויפֿן פֿון דער אָרעמער געטאָ. די צאָל ייִדישע סטודענטן איז אַזוי געשטיגן, אַז די אַדמיניסטראַטאָרן האָבן גענומען זיך זאָרגן, אַז זייערע אוניווערסיטעטן ווערן אין גאַנצן פֿאַרייִדישט. האָבן זיי אָנגענומען פֿאַרשיידענע מיטלען, כּדי צו רעדוצירן די דאָזיקע סכּנה.

די ערשטע זאַך, האָט מען אויסגעטראַכט נײַע קריטעריעס פֿאַרן אָננעמען סטודענטן, אַחוץ דער אַקאַדעמישער קוואַליטעט. אין האַרוואַרד, למשל, איז מען געפֿאַלן אויפֿן געדאַנק פֿון “געאָגראַפֿישער פֿאַרשיידנקייט”, ד”ה מע זאָל נעמען ווייניקער סטודענטן פֿון די גרויסע שטעט (וווּ עס וווינען ייִדן) און מער פֿון אַנדערע מקומות, וווּ מער שטאָלצע גויים אָטעמען די פֿרישע לופֿט. אין יעיל־אוניווערסיטעט האָט מען אין 1925 אײַנגעפֿירט דעם הײַנט פֿאַרשפּרייטן “ירושה־פּרינציפּ”, אַז ווער עס האָט אַליין גראַדויִרט פֿון אַן אוניווערסיטעט, קריגן זײַנע קינדער אַ פּרעפֿערענץ. (אַזוי קען מען אָננעמען, דער עיקר, די קינדער פֿון אַלט־געזעסענע רײַכע משפּחות, אַפֿילו ווען זיי האַלטן ניט אויס די קאָנקורענץ.) נאָך וויכטיקע קריטעריעס האָט מען געפֿונען — “כאַראַקטער”, “ענערגיע”, “מענערישקייט”, “פֿירערשאַפֿט” — וואָס מע האָט געהאַלטן, אַז ס’רובֿ ייִדן צייכענען זיך ניט אויס מיט די אַלע פֿאַקטאָרן.

דער עיקר, איז אָבער געווען די קוואָטע, אָדער “נומערוס קלאַוסוס”, וואָס האָט באַגרענעצט דעם אַלגעמיינעם פּראָצענט ייִדן. אַזוי האָט האַרוואַרד צווישן די 1910ער און 1930ער יאָרן רעדוצירט דעם פּראָצענט ייִדישע סטודענטן פֿון 27% אויף 17%, און קאָלאָמביע — פֿון 32% אויף בלויז 14%. דערפֿאַר האָט יעיל ניט אָנגענומען דעם שפּעטערדיקן דערפֿינדער פֿונעם פּאָליאָ־וואַקצין, דזשאָנאַס סאַלק, וואָס האָט געמוזט שטודירן אין ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט (“NYJew”), און קאָלאָמביע — דעם פֿיזיקער ריטדזשאַרד פֿײַנמאַן, וואָס האָט שפּעטער געהאָלפֿן צו בויען די ערשטע אַטאָם־באָמבע און געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע. ביז אין די אָנהייב־1960ער יאָרן האָבן די דאָזיקע קוואָטעס זיך געהאַלטן פֿעסט.

הײַנט האַלט מען, אַז די קוואָטעס זײַנען אַ היסטאָרישע דערשײַנונג אָן קיין שײַכות מיט אונדזער אַמעריקאַנער מולטי־קולטוראַליזם. אָבער ווײַזט זיך אַרויס, אַז ס׳איז נישט געשטויגן און נישט געפֿלויגן, ווײַל נײַע “ייִדן” זײַנען שוין געקומען אויף אונדזער אָרט: די אַזיאַטן. אַזוי ווי די ייִדישע עלטערן פֿון אַ מאָל, דערמוטיקן די הײַנטיקע אימיגראַנטן פֿון כינע און קאָרעע זייערע קינדער זיך לערנען מיט אַלע כּוחות. משפּחות וואָס קוים פֿאַרדינען זיי אויף ברויט, מאַטערן זיך אין וועשערײַען, אין רעסטאָראַנען און בײַ אַנדערע שווערע פּרנסות, כּדי אויסצוגעבן דעם לעצטן גראָשן, זייערע קינדער זאָלן קענען זיך לערנען מיט פּריוואַטע רעפּעטיטאָרן און אָנקומען אין אַ גוטן אוניווערסיטעט.

דער רעזולטאַט איז בולט דאָרט, וווּ מע רעכנט זיך נאָר מיט אַקאַדעמישע פֿאַרדינסטן. אין די שולן, וווּ מע נעמט אָן סטודענטן נאָר דורך אַן עקזאַמען פֿון זייערע קענטענישן, זײַנען די אַזיאַטישע סטודענטן געוואָרן די מערהייט. אַפֿילו אין מײַנע צײַטן, אין די אָנהייב 1990ער יאָרן, האָב איך זיך געלערנט אין אַ מיטלשול, וואָס איז אַ מאָל באַשטאַנען מערסטנס פֿון ייִדן, אָבער איז שוין געווען איבער 50% אַזיאַטיש. און זינט דעמאָלט האָט די צאָל יונגע אַזיאַטן אין אַמעריקע זיך פֿאַרטאָפּלט!

אָבער אין די בעסטע אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן זעט זיך ניט אָן אַזאַ איבערקערעניש ווי מע וואָלט זיך געריכט. פֿאַרקערט, די צאָל אַזיאַטישע סטודענטן איז פֿאַרבליבן די זעלבע, אונטער 20%, אָדער אַפֿילו אַ ביסל געפֿאַלן; אין האַרוואַרד, למשל, פֿון 20% ביז 16% אין די לעצטע צען יאָר. אַזאַ סיטואַציע לאָזט זיך דערקלערן נאָר דורך דעם, וואָס די אַדמיניסטראַטאָרן האָבן נאָך אַ מאָל, פֿאָרמעל אָדער אומפֿאָרמעל, אײַנגעפֿירט אַ קוואָטע.

די הײַנטיקע אוניווערסיטעטן האָבן אויך אויסגעזוכט נײַע קריטעריעס, וואָס זאָלן אויסשליסן וואָס מער אַזיאַטן. צייכנס און פּונקטן אויפֿן עקזאַמען זײַנען דאָך אַלטמאָדיש; הײַנט דאַרף מען עפּעס אַן אָריגינעלן טאַלאַנט: טאַנצן מיט אַ שטריק, שרײַבן מיוזיקאַלישע פּיעסעס, רײַטן אויף פֿערד, פֿירן אַ ספּאָרטמאַנשאַפֿט. אַז רײַכע ווײַסע יונגע־לײַט טוען דאָס און ס׳רובֿ אַזיאַטן ניט, איז אַוודאי אָנגעלייגט.

פֿון דעם הײַנטיקן מצבֿ קען דער היסטאָריקער בעסער פֿאַרשטיין די אַמאָליקע ייִדן. איך געדענק פֿון דער מיטלשול די גרויסע מאַסע אַזיאַטישע סטודענטן, ווי זיי פֿלעגן זיצן באַזונדער און שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט פֿאַר זיך. איין כינעזישן חבֿר האָב איך געהאַט, אָבער מיט ווייניק אויסנאַמען, האָט געהערשט אַן אומאָפֿיציעלע סעגרעגאַציע. אַפֿילו הײַנט, לייענענדיק אין דער קאָלאָמביע־ביבליאָטעק, איז מיר אָפֿט אַ חידוש וויפֿל אַזיאַטישע סטודענטן זיצן דאָרט לעבן מיר. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז די אַמאָליקע אַדמיניסטראַטאָרן האָבן געפֿילט דאָס זעלבע וועגן די ייִדן, וואָס לערנען זיך מיט אַזאַ התמדה און זײַנען קולטורעל און סאָציאַל אַזוי אַנדערש פֿון די “אַמעריקאַנער” סטודענטן.

דער ייִדישער און דער אַזיאַטישער פֿאַל זײַנען טאַקע זייער ענלעך, און בכלל מערקט מען אַ געוויסע ייִדיש־אַזיאַטישע קרובֿישאַפֿט אין אַמעריקע. פֿאָרשער האָבן אין יאָר 2000 אַנטדעקט, אַז 18% פֿון די חתונות פֿון אַמעריקאַנער כינעזער און יאַפּאַנער זײַנען מיט ייִדן — כאָטש די ייִדן זײַנען בלויז 2% פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג. ביידע גרופּעס, אין דורכשניט, שאַצן אָפּ נאָענטע משפּחות, שווערע אַרבעט, און בילדונג. אָפֿט באַקענען זיי זיך פּונקט אין יענע פּרעסטיזשפֿולע אוניווערסיטעטן, וואָס האָבן געוואָלט פֿון זיי פּטור ווערן. פֿאַר אַ יאָרן, למשל, האָט דער יונגער ייִדישער “פֿייסבוק”־ביליאָנער מאַרק צוקערבערג חתונה געהאַט מיט זײַן כינעזישער חבֿרטע פֿון האַרוואַרד, פּריסילאַ טשאַן — און אַזעלכע שידוכים זײַנען ווײַט פֿאַרשפּרייט אין די הויכע פֿענצטער.

אפֿשר דאַרף די דאָזיקע קרובֿישאַפֿט אונדז ניט וווּנדערן, ווײַל היסטאָריש גערעדט זײַנען די ייִדן דאָך אויך אַזיאַטן — כאָטש פֿון אַן אַנדער טייל פֿון אַזיע. די אייראָפּעיִשע תּקופֿה איז געווען בלויז אַ קורצער אינטערלוד פֿון צוויי טויזנט יאָרן, און הײַנט, צוליב מדינת־ישׂראל, ווערן זיי צוריק פֿאַראַזיאַטישט. און אפֿשר קען מען זען אין דעם אַ השגחה־פּרטית, ווײַל מבֿינין זאָגן דאָך, אַז די צוקונפֿט ליגט אין די הענט פֿון די אַזיאַטן, דער עיקר, פֿון די כינעזער און די אינדיער. עפּעס האָבן די ייִדן געהאַט אַ חוש, אַז ס׳איז צײַט צוריק צו ווערן אַזיאַטן, זיי האָבן זיך נאָר פֿאַרפּלאָנטערט אַ ביסל אין דער געאָגראַפֿיע.

דער נמשל איז קלאָר: די נײַע קוואָטע פֿאַר אַזיאַטישע סטודענטן איז אַן עוולה קעגן אַלעמען, וואָס טאָר ניט אָנגיין ווײַטער. ספּעציעל וואָלטן די ייִדן געדאַרפֿט אַרויסווײַזן אַ סענסיטיווקייט צו דער דאָזיקער פּראָבלעם און אַרבעטן צו געפֿינען אַ לייזונג; ווײַל אויב אַלע מענטשן זײַנען ברידער, זײַנען די אַזיאַטן און די ייִדן דאָך אַ צווילינג.